AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 53
◄ Isaiah 52
Isaiah 53
יְשַעְיָה 53
Isaiah 54 ►
1װער װאָלט געגלױבט[1] {אמן}[2] װאָס מיר האָבן געהערט {שְׁמוּעָה}?
און דער אָרעם {זְרֹועַ}[3] פֿון ה׳ האָט זיך אױף װעמען אַנטפּלעקט {גלה}?[4]
2װאָרעם ער איז אױפֿגעגאַנגען {עלה}[5] װי אַ שפּראָץ[6] {יֹונֵק}[7] גלײַך אַרױף,
און װי אַ װאָרצל {שֹׁרֶשׁ}[8] פֿון טרוקענער {צִיָּה}[9] ערד {אֶרֶץ}[10];
ער האָט קײן געשטאַלט {תֹּאַר} נישט געהאַט און קײן פּראַכט {הָדָר},[11]
אַז מיר זאָלן אים אָנקוקן {ראה},
און קײן אױסזען {מַרְאֶה},[12] אַז מיר זאָלן אים גלוסטן {חמד}.[13]
3ער איז געװען פֿאַראַכט {בזה}[14], און פֿאַרװאָרפֿן[15] {חָדֵל}[16] פֿון מענטשן,[17]
אַ מענטש מיט װײטיקן {מַכְאֹוב}[18][19] און צו יסורים {חֳלִי} באַקענט {ידע},[20]
און װי אײנער װאָס מע פֿאַרבאָרגט[21] {מסתּר} דעם פּנים פֿון אים;
פֿאַראַכט {בזה},[22] און מיר האָבן אים גערעכנט {חשׁב}[23] פֿאַר גאָרנישט.
4פֿאַר װאָר {אָכֵן}[24] ער האָט אַװעקגעטראָגן {נשׂא}[25] אונדזערע יסורים {חֳלִי},
און אונדזערע װײטיקן {מַכְאֹוב}, זײ האָט ער געטראָגן {סבל},[26]
אָבער מיר האָבן אים גערעכנט {חשׁב}[27] אַלס אײנער,
װאָס איז געפּלעגט {נגע}[28] פֿון אלֹקים[29] און געפּײַניקטן[30] {ענה}.[31]
5און ער איז אַרײַנגעשטאָכן {חלל}[32] געװען איבער אונדזערע איבערטרעטן {פֶּשַׁע},[33]
ער איז צעשטױסן {דכא}[34] געװאָרן װעגן אונדזערע אומגערעכטיקײטן {עָוֹן}[35];[36]
די שטראָף {מוסר}[37] פֿאַר אונדזער פֿרידן[38] {שלום}[39] איז געװען אױף אים,
און דורך זײַנע בײלן {חַבּוּרָה}[40] זײַנען מיר[41] געהײלט {רפא}[42] געװאָרן.[43]
6מיר אַלע {כֹּל}[44][45] האָבן װי שאָף {צֹאן}[46] געבלאָנדזשעט[47] {תּעה},[48]
איטלעכער {כֹּל}[49] מענטש האָט זיך צו זײַן װעג[50] {דֶּרֶךְ}[51] געקערט[52] {פנה};[53]
און ה׳ האָט געפּלאָגן {פגע}[54] אױף אים[55]
די זינד {עָוֹן}[56] פֿון אונדז אַלעמען {כֹּל}.[57]
7ער איז געדריקט {נגשׂ}[58] געװאָרן, און ער איז צעפּײַניקט {ענה}[59],
און ער נישט אױפֿגעמאַכט {פּתח} זײַן מױל {פֶּה}[60],
װי אַ לאַם {שֶׂה}[61] װאָס װערט צו דער שחיטה {טֶבַח} געפֿירט {יבל}[62],
און װי אַ שעפּס {רָחֵל} װאָס איז שטום {אלם}[63] פֿאַר אירע שערער {גזז}[64];
יאָ, ער נישט אױפֿגעמאַכט {פּתח} זײַן מױל[65] {פֶּה}.[66]
8דורך דריקונג תּפֿיסה {עֹצֶר} און דורך שטראָף {מִשְׁפָּט}[67] איז ער אַװעקגענומען[68] {לקח}[69] געװאָרן,
און מיט זײַן דור {דֹּור}[70] װער האָט באַמערקט {שׂיח}?
װאָרעם ער[71] איז אָפּגעשניטן {גזר}[72] געװאָרן
פֿון לאַנד {אֶרֶץ}[73] פֿון די לעבעדיקע {חַי}[74] (ער איז געשטאָרבן),[75]
פֿאַר דעם איבערטרעטן {פֶּשַׁע}[76] פֿון מײַן פֿאָלק[77] {עַם}.[78]
9און מע האָט געמאַכט מיט רשעים {רָשָׁע} זײַן קבֿר {קֶבֶר},
און מיטן די רײַכע {עָשִׁיר}[79] אין זײַן טױט {מָוֶת}[80],
הגם ער האָט קײן אומרעכט {חָמָס}[81] נישט געטאָן,
און קײן באַטרוג {מִרְמָה}[82][83] איז נישט געװען אין זײַן מױל[84] {פֶּה}.[85]
10אָבער ה׳[86] האָט אים געװאָלט {חפץ}[87] צעשטױסן {דכא},[88]
און האָט אים דערטראָגט יסורים[89] {הֶחֱלִי, חֳלִי[90]};
װען דו װעסט מאַכן זײַן נשמה {נפֿש}[91] אַלס אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם[92]};[93]
כּדי ער זאָל זען[94] {ראה[95]} זאָמען[96] {זֶרַע}[97]
און דערלענגערן[98] {ארך}[99] זײַנע[100] טעג[101] {יֹום}[102],[103]
און דער רָצון {חֵפֶץ} פֿון ה׳ דורך זײַן האַנט[104] זאָל געלינגען {צלח}.[105]
11פֿון װעגן דעם יסורים {עָמָל}[106] פֿון זײַן נפֿש[107] װעט ער {ה׳} זען {ראה} און זאַט[108] {שׂבע} װערן;[109]
דורך דערקענטעניש[110] {דַּעַת}[111] פֿון אים[112]
װעט מײַן גערעכטער {צַדִּיק} קנעכט[113] {עֶבֶד}[114] פֿיל[115] {רַב}[116] גערעכט מאַכן[117] {צַדִּיק},[118]
און זײערע זינד {עָוֹן}[119] װעט ער טראָגן {סבל}[120].[121]
12דערום װעל איך אים אײַנטײלן {חלק} צװישן די גרױסע {רַב},[122]
און מיט מאַכטיקע {עצום}[123] װעט ער טײלן {חלק} רױב {שָׁלָל}[124];
דערפֿאַר װאָס ער האָט אױסגעגאָסן {ערה}[125] צום טױט {מָוֶת}[126] זײַן נשמה {נפֿש}[127],
און איז מיט פֿאַרברעכער {פשׁע} געצײלט {מנה} געװאָרן,
און דעם חטא {חֵטְא}[128] פֿון פֿיל[129] האָט ער געטראָגן {נשׂא}[130],
און ער האָט געבעטן {פּגע}[131] פֿאַר די איבערשפּרײַזערס {פשׁע}.[132]
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Peter 2 →

1דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע, 2ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה, 3אויב איר האט טועם געווען, אז דער האר איז גוט; 4צו וועמען איר קומט, צו דעם לעבעדיקן שטיין, וואס פון מענטשן טאקע איז ער פארשטויסן, ביי ה׳ אבער אויסדערוויילט, קאסטבאר, 5און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן. 6דערפאר שטייט אין פסוק:

זע, איך לייג אין ציון א פונדאמענט שטיין,
אן אויסדערוויילטן, א קאסטבארן,
און ווער עס גלויבט אין אים וועט נישט ווערן צו שאנדן.
(ישעיהו כח, טז.)

7פאר אייך דעריבער, וואס גלויבן, איז ער טייער; פאר די אומגלויביקע אבער:

דער שטיין, וועלכן די בוימייסטער האבן פארווארפן,
דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
(תהלים קיח, כב.)

8און:

און אן אבן נגף און צור מיכשול.
(ישעיהו ח, יד.)

זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן. 9איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.) 10(אייך), וואס איר זענט אמאל נישט געווען קיין פאלק, איצט אבער זענט איר ה׳ס פאלק; וואס אמאל האט איר נישט באקומען קיין רחמים, איצט אבער האט איר יא באקומען רחמים. (הושע ב, כה.)

11געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה; 12פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.

13אונטערטעניקט זיך צו יעדער מענטשלעכער ארדנונג צוליב דעם האר; סאי צום מלך, ווי צו אן אויבערהאר; 14סאי צו גובערנאטארן, ווי צו שליחים פון אים צו באשטראפן פארברעכער און צום לויב פון די, וועלכע טאן גוטס. 15ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן; 16אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט. 17גיט אלעמען אפ כבוד. האט ליב די ברודערשאפט. האט מורא פאר ה׳. גיט אפ כבוד דעם קעניג.

18איר קנעכט, זייט אונטערטעניק צו אייערע הארן מיט יעדער פארכטיקייט; נישט בלויז צו די גוטע און באשיידענע אליין, נאר אויך צו די שלעכטע. 19ווארום דאס דאזיקע איז א חסד, ווען צוליב דעם געוויסן פאר ה׳, מען דערטראגט צער, ליידנדיק אומיושרדיק. 20ווארום וואס פאר א כבוד איז עס, אויב איר פארזינדיקט זיך און מען גיט אייך שלעק, און איר זענט געדולדיק? נאר אויב טוענדיק גוטס ליידט איר און זענט געדולדיק, (אָט) דאס איז א חסד ביי ה׳. 21ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט; 22וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל; 23וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האט נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האט נישט געסטראשעט, נאר זיך איבערגעגעבן צום שופט צדק; 24וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן. 25ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 52Isaiah 54 ►