AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Hosea 13
◄ Hosea 12
Hosea 13
הוֹשֵעַ 13
Hosea 14 ►
1אַז אפֿרים האָט גערעדט איז געװען אַ ציטערניש,
דער הױב איז ער געװען אין יִשׂרָאֵל;
האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט מיט בַעַל, און איז געשטאָרבן.
2און אַצונד זינדיקן זײ אַלץ מער,
און האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן בילד פֿון זײער זילבער,
געצן לױט זײער שׂכל,
דאָס װערק פֿון מײַנסטערס אַלע.
אױף זײ קען מען זאָגן:
מענטשן שעכטן זײ, קעלבער קושן זײ.
3דערום װעלן זײ זײַן װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן,
און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי,
װי שפּרײ װאָס װערט אַװעקגעבלאָזן פֿון דרעש-שײַער,
און װי רױך דורכן פֿענצטער.
4און איך בין ה׳ דײַן ג-ט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן,
און קײן ג-ט אַחוץ מיר קענסט דו נישט,
און נישטאָ קײן העלפֿער אױסער מיר.
5איך האָב דיך דערקענט אין דער מדבר,
אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש.
6װי זײ האָבן זיך געפֿיטערט, אַזױ זײַנען זײ זאַט געװאָרן;
זײ זײַנען זאַט געװאָרן, און זײער האַרץ האָט זיך דערהױבן,
דערפֿאַר האָבן זײ פֿאַרגעסן אָן מיר.
7דערום בין איך צו זײ װי אַ לײב געװאָרן,
װי אַ לעמפּערט אױפֿן װעג װעל איך לױערן;
8איך װעל זײ באַגעגענען װי אַ בערינטע פֿון קינדער באַרױבט,
און איך װעל אױפֿרײַסן דעם שײד פֿון זײער האַרצן,
און װעל זײ אױפֿעסן דאָרטן װי אַ לײבינטע;
די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ צערײַסן.
9אױ, ישׂראל, דו האָסט זיך אַלײן פֿאַרדאָרבן, װײַל דײַן הילף איז אין מיר,
װאָס דו ביסט קעגן מיר, קעגן דײַן הילף.
10װוּ דען איז דײַן מלך,
ער זאָל דיך העלפֿן אין אַלע דײַנע שטעט?
און דײַנע ריכטער, װאָס דו האָסט געזאָגט:
גיב מיר אַ מלך און האַרן?
11איך גיב דיר אַ מלך אין מײַן כּעס,
און נעם אַװעק אין מײַן גרימצאָרן.
12אײַנגעבונדן איז די זינד פֿון אפֿרים,
באַהאַלטן איז זײַן חטא.
13װײען פֿון אַ געװינערין װעלן קומען אױף אים;
אַ נישט קלוג קינד איז ער,
װאָרעם עס איז צײַט, ער זאָל נישט שטײן בלײַבן
אין דעם געבעראָרט פֿון קינדער.
14זאָל איך פֿון דער האַנט פֿון שְׁאֹול זײ אױסלײזן?
זאָל איך פֿון טױט זײ אױסקױפֿן?[1]
װוּ זײַנען דײַנע מגפֿות, טױט {מָוֶת}?[2]
װוּ דײַן פּעסט, אונטערערד?[3]
דערבאַרעמונג זאָל פֿאַרבאָרגן זײַן פֿון מײַנע אױגן.
15װאָרעם ער מעג װעט זײַן פֿרוכטבאַר צװישן די ברידער,
דאָך װעט קומען אַ מזרח-װינט,
אַ שטורעם פֿון ה׳ פֿון מדבר גײט אױף
און טרוקן װערן װעט זײַן ברונעם,
און אױסטריקענען װעט זײַן קװאַל;
ער װעט צערױבן דעם שאַץ פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Hosea 12Hosea 14 ►