AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 17
◄ Isaiah 16
Isaiah 17
יְשַעְיָה 17
Isaiah 18 ►
1די נבֿואה אױף דַמֶשֶׂק:
זע דַמֶשֶׂק װערט אױס שטאָט,
און װעט װערן אַ חורבֿה-הױפֿן.
2פֿאַרלאָזן די שטעט פֿון עַרוֹעֵר,
פֿאַר סטאַדעס װעלן זײ זײַן;
און זײ װעלן הױערן,
און קײנער װעט נישט אָפּשרעקן.
3און אָפּגעטאָן װעט װערן אַ פֿעסטונג פֿון אפֿרים,
און אַ מלוכה פֿון דַמֶשֶׂק;
און דער איבערבלײַב פֿון אַרָם
װעט װערן װי די פּראַכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
4און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
װעט פֿאַראָרימט װערן די פּראַכט פֿון יעקבֿ,
און די פֿעטקײט פֿון זײַן לײַב װעט אָפּגעצערט װערן.
5און עס װעט זײַן װי אַ שניטער זאַמלט תּבֿואה,
און שנײַדט מיט זײַן אָרעם די זאַנגען;
און עס װעט זײַן װי מע קלײַבט זאַנגען
אין טאָל פֿון רפֿאים.
6נאָר אַ נאָכקלײַב װעט בלײַבן אױף אים,
װי בײַם אָפּקלאַפּן אַן אײלבערטבױם,
צװײ דרײַ פּערלעך אױבן בײַם שפּיץ,
פֿיר פֿינף אױף זײַנע צװײַגן, אױב פֿרוכטיק,
זאָגט ה׳, אלוקי יִשׂרָאֵל.

7אין יענעם טאָג װעט דער מענטש זיך קערן צו זײַן באַשעפֿער, און זײַנע אױגן װעלן קוקן צום הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל. 8און ער װעט זיך נישט קערן צו די מזבחות, די װערק פֿון זײַנע הענט, און נישט אָנקוקן װאָס זײַנע פֿינגער האָבן געמאַכט, און די געצנבײמער און די זונזײַלן. 9אין יענעם טאָג װעלן זײַנע פֿעסטע שטעט זײַן װי די פֿאַרלאָזנקײט פֿון די װעלדער און די באַרגשפּיצן, װאָס מע האָט פֿאַרלאָזן פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און עס װעט זײַן אַ װיסטעניש.

10װאָרעם האָסט פֿאַרגעסן דעם ג-ט פֿון דײַן הילף,
און דעם פֿעלדז פֿון דײַן שטאַרקײט האָסטו נישט דערמאָנט;
דערום האָסטו ליבלעכע פֿלאַנצן געפֿלאַנצט,
און אַ פֿרעמדן צװײַג אײַנגעזעצט דרינען;
11אין טאָג פֿון דײַן פֿלאַנצונג האָסט עס געמאַכט װאַקסן,
און פֿרימאָרגנס האָסטו דײַן זאָמען געמאַכט בליִען –
אַ הױפֿן ריטלעך אין טאָג פֿון שטאַרקע
קראַנקשאַפֿט און װײטאָג.
12װײ, די ברומונג פֿון פֿיל אומות,
װאָס ברומען װי דאָס ברומען פֿון ימען;
און די רױשונג פֿון פֿעלקער,
װאָס רױשן װי די רױשונג פֿון מאַכטיקע װאַסערן!
13די פֿעלקער רױשן װי די רױשונג פֿון פֿיל װאַסערן,
אָבער ער װעט אָנשרײַען אױף זײ,
און זײ װעלן אַנטלױפֿן אין דער װײַט,
און געיאָגט װערן װי שפּרײ פֿון די בערג פֿאַרן װינט,
און װי אַ שטױבראָד פֿאַרן שטורעם.
14צו אָװנטצײַט, זע, אַ שרעקעניש!
אײדער פֿרימאָרגן זײַנען זײ נישטאָ.
דאָס איז דער חלק פֿון אונדזערע רױבער,
און דער גורל פֿאַר אונדזערע אױסרױבער.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 16Isaiah 18 ►