AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 27
◄ Isaiah 26
Isaiah 27
יְשַעְיָה 27
Isaiah 28 ►
1אין יענעם טאָג װעט ה׳ באַשטראָפֿן
מיט זײַן האַרטער און גרױסער און שטאַרקער שװערד,
דעם לִויָתן, די לױפֿיקע שלאַנג,
און דעם לִויָתן, די געדרײטע שלאַנג;
און ער װעט טײטן דעם קראָקאָדיל װאָס אין ים.
2אין יענעם טאָג זינגט צו איר:
װײַנגאָרטן פֿון שױמיקן װײַן!
3איך ה׳ בין זײַן היטער,
אַלע רגע באַװאַסער איך אים;
טאָמער װעט מען אים בײז טאָן,
אים היט איך בײַ נאַכט און בײַ טאָג.
4קײן צאָרן איז נישטאָ אין מיר;
װען דאָס איז מיר דערנער און װילדגעװעקס!
איך װאָלט אין מלחמה געטרעטן דערױף;
איך װאָלט עס פֿאַרברענט מיט אַנאַנדער.
5װען ער זאָל זיך נאָר האַלטן אָן מײַן שטאַרקײט,
מאַכן שלום מיט מיר,
מיט מיר שלום מאַכן!
6אין די קומעדיקע טעג װעט זיך אײַנװאָרצלען יעקבֿ,
שפּראָצן און בליִען װעט יִשׂרָאֵל,
און דאָס געזיכט פֿון דער װעלט װעט פֿול זײַן מיט פֿרוכט.
7האָט ער אים געשלאָגן װי ער האָט זײַן שלעגער געשלאָגן?
אָדער איז ער װי די טײטונג פֿון זײַנע געטײטע געטײט געװאָרן?
8װען פֿול די מאָס, באַשטראָפֿסטו זי מיט אַװעקשיקן;
ער האָט זי פֿאַרטריבן אין זײַן שװער געמיט
אין טאָג פֿון מזרח-װינט.
9דערום װעט דערמיט פֿאַרגעבן װערן די זינד פֿון יעקבֿ,
און דאָס איז אַל דער אָפּצאָל פֿאַר אָפּטאָן זײַן חטא:
װען ער װעט מאַכן אַלע מזבח-שטײנער
װי קאַלכשטײנער צעהאַקטע,
אַז מער זאָלן נישט אױפֿשטײן
קײן געצנבײמער און קײן זונזײַלן.
10װאָרעם די באַפֿעסטיקטע שטאָט איז אַלײן,
אַ װױנונג אַװעקגעװאָרפֿן און פֿאַרלאָזט װי אַ מדבר;
דאָרט װעט זיך פֿיטערן אַ קאַלב, און דאָרט װעט עס הױערן,
און פֿאַרלענדן אירע צװײַגן.
11װען אירע ריטלעך זײַנען פֿאַרדאַרט,
װעלן זײ אָפּגעבראָכן װערן;
װײַבער קומען און צינדן זי אָן.
װאָרעם אַ פֿאָלק אָן פֿאַרשטאַנדיקײט איז דאָס;
דערום װעט אים נישט דערבאַרעמען זײַן בורא,
און זײַן באַשעפֿער װעט אים נישט לײַטזעליקן.

12און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט ה׳ אָפּקלאַפּן זײַן פֿרוכט פֿון שטראָם פֿון דעם טײַך [פּרָת], ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם, און איר װעט אױפֿגעקליבן װערן אײנציק-אײנציקװײַז, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 13און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט געבלאָזן װערן אין אַ גרױסן שופֿר, און עס װעלן קומען די פֿאַרלאָרענע אין לאַנד אשור, און די פֿאַרשטױסענע אין לאַנד מִצרַיִם, און זײ װעלן זיך בוקן צו ה׳ אױפֿן הײליקן באַרג אין ירושָלַיִם.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 26Isaiah 28 ►