AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 28
◄ Isaiah 27
Isaiah 28
יְשַעְיָה 28
Isaiah 29 ►
1װײ, די שטאָלצע קרױן
פֿון די שכּורים פֿון אפֿרים,
און די װעלקעדיקע בליִעכץ
פֿון זײַן פּראַכטיקער שײנקײט,
װאָס אױפֿן שטאָלצבאַזאַלבטן קאָפּ
פֿון די װײַנפֿאַרטומלטע!
2זע, אֲדֹנָי האָט אַ שטאַרקן און אַ מאַכטיקן,
װי אַ האָגלגעװיטער, אַ שטורעם פֿון צעשטערונג,
װי אַ שטראָם פֿון שטאַרקע, פֿלײציקע װאַסערן,
װאָס לײגט צו דער ערד מיט געװאַלט.
3מיט די פֿיס װעט צעטרעטן װערן
די שטאָלצע קרױן פֿון די שכּורים פֿון אפֿרים.
4און די װעלקעדיקע בליִעכץ פֿון זײַן פּראַכטיקער שײנקײט,
װאָס אױפֿן שטאָלצבאַזאַלבטן קאָפּ,
װעט זײַן װי אַן ערשטפֿרוכט פֿאַר זומער,
װאָס אַז דער זעער דערזעט זי,
שלינגט ער זי אײַן װען זי איז נאָך אין זײַן האַנט.
5אין יענעם טאָג װעט ה׳ צבָֿאוֹת זײַן
פֿאַר אַ קרױן פֿון שײנקײט,
און פֿאַר אַ קראַנץ פֿון פּראַכטיקײט,
פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק,
6און פֿאַר אַ גײַסט פֿון משפּט
פֿאַר דעם װאָס זיצט איבערן משפּט,
און פֿאַר גבֿורה צו די
װאָס שלאָגן צוריק די מלחמה בײַם טױער.
7און אױך די דאָזיקע װאַקלען זיך פֿון װײַן,
און שאָקלען זיך פֿון טרונק;
דער כּהן און דער נבֿיא װאַקלען זיך פֿון טרונק,
זײ זײַנען צעמישט פֿון װײַן,
זײ שאָקלען זיך פֿון טרונק,
זײ װאַקלען זיך אין דער זעונג,
זײ װערן געשטרױכלט בײַם משפּט.
8װאָרעם אַלע טישן זײַנען פֿול מיט שמוציקער מײקעכץ,
ביז נישטאָ אַן אָרט אַ רײנער.
9װעמען זאָל מען לערנען װיסן?
און װעמען געבן צו פֿאַרשטײן די הערונג?
פֿון מילך אַנטװױנטע?
פֿון ברוסט אַװעקגענומענע?
10װאָרעם עס איז אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ געבאָט צו אַ געבאָט,
אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ שטריך צו אַ שטריך,
אַ ביסל דאָ, אַ ביסעל דאָרט.
11װאָרעם מיט אַ שטאַמלדיקער ליפּ, און מיט אַ פֿרעמדן לשון,
מוז מען רעדן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק,
12װאָס מע האָט צו זײ געזאָגט: דאָס איז די רוּונג,
מאַכט רוען דעם מידן;
און דאָס איז די מנוחה;
אָבער זײ האָבן נישט געװאָלט הערן.
13און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז בײַ זײ
אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ געבאָט צו אַ געבאָט,
אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ שטריך צו אַ שטריך,
אַ ביסל דאָ, אַ ביסל דאָרט;
כּדי זײ זאָלן גײן און געשטרױכלט װערן אַהינטער,
און צעבראָכן און געפֿאַנגען און באַצװוּנגען װערן.
14דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר לײַט פֿון געשפּעט,
איר װערטלזאָגער פֿון דאָזיקן פֿאָלק װאָס אין ירושָלַיִם:
15װײַל איר האָט געזאָגט:
מיר האָבן געשלאָסן {כרת}[1] אַ ברית מיטן טױט,
און מיט שְׁאֹול האָבן מיר אַן אָפּמאַך געמאַכט;
אַז די פֿלײציקע רוט װעט דורכגײן,
װעט זי צו אונדז נישט קומען,
װאָרעם מיר האָבן ליגן געמאַכט אונדזער באַשיצונג,
און אין פֿאַלשקײט האָבן מיר זיך פֿאַרבאָרגן;
16דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט:
זע, איך גרונטפֿעסט אין צִיוֹן אַ שטײן,[2]
אַ געפּרוּװטן שטײן, אַ טײַערן װינקל, אַ פֿעסטן גרונטפֿעסט;
דער װאָס גלױבט,[3] זאָל נישט אײַלן.
17און איך װעל מאַכן גערעכטיקײט פֿאַר אַ מעסטשנור,
און רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַר אַ בױגעװיכט;
און אַ האָגל װעט אַװעקקערן די באַשיצונג פֿון ליגן,
און די פֿאַרבאָרגעניש װעלן װאַסערן אַװעקפֿלײצן.
18און אָפּגעמעקט װעט װערן אײַער ברית מיטן טױט,
און אײַער אָפּמאַך מיט דער שְׁאֹול װעט נישט באַשטײן.
אַז די פֿלײציקע רוט װעט דורכגײן,
װעט איר פֿון איר צעטרעטן װערן.
19װי אָפֿט זי גײט דורך װעט זי אײַך נעמען;
װאָרעם פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן װעט זי דורכגײן,
בײַ טאָג און בײַ נאַכט;
און אַ הױלע שרעק װעט זײַן צו באַנעמען די הערונג.
20װאָרעם דאָס בעט איז צו קורץ זיך אױסצוציִען,
און דער צודעק צו שמאָל אַז מע דרײט זיך צונױף.
21װאָרעם אַזױ װי אױף באַרג פּרָצים װעט ה׳ אױפֿשטײן,
אַזױ װי אין טאָל פֿון גִבֿעוֹן װעט ער צערענען,
צו טאָן זײַן טוּונג – פֿרעמד איז זײַן טוּונג,
און צו װערקן זײַן װערק – אױסטערליש איז זײַן װערק.
22און אַצונד זאָלט איר נישט שפּעטן,
כּדי אײַערע בינדשטריק זאָלן נישט פֿעסטער װערן;
װאָרעם אַ פֿאַרלענדונג און אַ גזר
האָב איך געהערט פֿון אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת,
אױפֿן גאַנצן לאַנד.
23לײגט צו דאָס אױער, און הערט מײַן קֹול,
פֿאַרנעמט און הערט מײַן װאָרט;
24אַקערט דען נאָכאַנאַנד דער אַקערער אױף צו זײען,
און עפֿנט און צעהאַקט זײַן ערד?
25פֿאַר װאָר, אַז ער האָט אױסגעגליכן איר אײבערפֿלעך,
צעשפּרײט ער שװאַרצקימל, און קימל װאַרפֿט ער אױס,
און טוט אַרײַן װײץ אין שורות,
און גערשט אױפֿן אָנגעצײכנטן אָרט,
און טונקלװײץ בײַם ראַנד דערפֿון.
26װאָרעם אים האָט ריכטיק געלערנט,
אים טוט װײַזן זײַן ג-ט.
27יאָ, נישט מיט אַ דרעששליטן װערט שװאַרצקימל געדראָשן,
און אַ ראָד פֿון אַ װאָגן װערט נישט אױף קימל געדרײט;
נײַערט מיט אַ שטעקן װערט שװאַרצקימל געקלאַפּט,
און קימל מיט אַ רוט.
28װערט ברױטקאָרן צעדריקט?
פֿאַר װאָר, נישט אײביק דרעשן דרעשט ער עס;
הגם עס רײַשט דער װאַלץ פֿון זײַן װאָגן מיט זײַנע צאַקן –
צעדריקן װעט ער עס נישט.
29דאָס אױך איז אַרױס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת;
װוּנדערלעך איז ער אין באַראָט, גרױס איז ער אין חכמה.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 9 →

1איך זאג דעם אמת אינם משיח, איך זאג נישט קיין שקר, מיין געוויסן זאגט מיר עדות דורך דעם רוח הקודש, 2אז מיין טרויער איז גרויס און דער יסורים אין מיין הארצן אָן אן אויפהער. 3איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש; 4וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות; 5צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן.

6אבער דאס באטייט נישט, אז ה׳ס ווארט איז צונישט געווארן. ווארום נישט אלע זענען ישראל, וואס זענען פון ישראל; 7אויך נישט, ווייל זיי שטאמען פון אברהמען זענען אלע קינדער, נאר: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען. (בראשית כא, יב.) 8דאס באטייט, אז נישט די קינדער פונם פלייש זענען ה׳ס קינדער, נאר די קינדער פון דער הבטחה ווערן פאררעכנט ווי זאמען. 9ווארום דאס איז דאס ווארט פון דער הבטחה: לויט דער דאזיקער צייט וועל איך קומען, און צו שרהן וועט זיין א זון. (בראשית יח, יד; לוקאס א, לה.) 10און נישט נאר דאס, נאר רבקה ווען זי איז מעוברת געווארן פון איינעם, יצחק אבינו— 11איידער זיי זענען נאך געבוירן געווארן און האבן נאך נישט געהאט געטאן עפעס גוטס אדער שלעכטס, כדי ה׳ס ציל זאל באשטיין לויט זיין אויסדערוויילן, נישט דורך מעשים (טובים), נאר דורך אים, וואס רופט 12—איז איר געזאגט געווארן: דער גרעסערער וועט דינען דעם קלענערן. (בראשית כה, כג.) 13ווי עס שטייט געשריבן: יעקבן האב איך ליב געהאט, אבער עשיון האב איך געהאסט. (מלאכי א, ב-ג.)

14וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז ביי ה׳ גיבט אומגערעכטיקייט? חס ושלום! 15ווארום צו משהן האט ער געזאגט: איך וועל זיין בארמהערציק צו וועמען איך בין בארמהערציק, און וועל מיך דערבארמען אויף וועמען איך דערבארם מיך. (שמות לג, יט.) 16אזוי ארום איז עס נישט אפהענגיק פון דעם, וואס וויל און נישט פון דעם, וואס לויפט, נאר פון דעם אל רחום. 17ווארום דער פסוק זאגט צו פרעהן: טאקע דעריבער האב איך דיך אויפגעשטעלט, אז איך זאל ווייזן אין דיר מיין כוח, אז מיין נאמען זאל באקאנט ווערן אין דער גאנצער ערד. (שמות ט, טז.) 18אזוי ארום איז ער בארמהערציק צו וועמען ער וויל, וועמען אבער ער וויל, פארהארטעוועט ער.

19דו וועסט מיר דעריבער זאגן: טא פארוואס באשולדיקט ער נאך? ווארום ווער שטעלט זיך אנטקייגן זיין רצון? 20אבער, מענטש, ווער ביסטו, וואס האסט א טענה קעגן ה׳? וועט דען א געמאכטע זאך זאגן צו דעם בעל מלאכה: פארוואס האסטו מיך אזוי געמאכט? (ישעיהו מה, ט.) 21אדער, צי האט דען נישט דער טעפער א רשות איבערן ליים צו מאכן פון דער זעלביקער מאסע א געפעס צו כבוד און א געפעס צו אומכבוד? 22און אויב ה׳, ווילנדיק ווייזן זיין צארן און באקאנט מאכן זיין קראפט, האט מיט פיל געדולד דערטראגן געפעסן פון צארן, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צום פארדארבן; 23און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד, 24וועלכע ער האט אויך גערופן, (נעמלעך) אונדז, נישט נאר פון יידן נאר אפילו פון נישט יידן? 25ווי ער זאגט אויך אין הושע: איך וועל רופן דאס, וואס איז נישט מיין פאלק, מיין פאלק, און די נישט געליבטע, געליבטע. 26און עס וועט זיין, אז אויף דעם ארט, וואו עס איז געזאגט געווארן צו זיי: איר זענט נישט מיין פאלק, אז דארט וועלן זיי גערופן ווערן קינדער פונם לעבעדיקן ג‑ט. (הושע ב, כה.)

27און ישעיה רופט אויס איבער ישראל: אויב די צאל פון די בני ישראל וועט זיין ווי דאס זאמד פונם ים, וועט דאך (נאר) אן איבערבלייבונג געראטעוועט ווערן; 28ווארום דער האר וועט אויספירן זיין ווארט אויף דער ערד, וועט עס ענדיקן און באשרענקען. (ישעיהו י, כב-כג.) 29און ווי ישעיה האט געזאגט פריער: אויב דער האר צבאות וואלט אונדז נישט איבערגעלאזט זאמען, וואלטן מיר געווארן ווי סדום, און גלייך געווארן צו עמורה. (ישעיהו א, ט.) 30וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה; 31און ישראל, נאכפאלגנדיק א תורה פון צדקות, האט צו דער תורה נישט דערגרייכט. 32פארוואס? ווייל זיי האבן זי געזוכט נישט דורך אמונה נאר דורך מעשים, האבן זיי געשטרויכלט ביים שטיין פון שטרויכלונג; 33ווי עס שטייט געשריבן: אָט לייג איך אין ציון אן אבן נגף און א פעלדזן פון שטרויכלונג; און יעדער, וואס וועט גלויבן אין אים, וועט נישט פארשעמט ווערן. (ישעיהו ח, יד; כח, טז.) (לויטן תרגום השבעים.)

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 27Isaiah 29 ►