AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Habakkuk 2
◄ Habakkuk 1
Habakkuk 2
חֲבַֿקוּק 2
Habakkuk 3 ►
1איך שטײ אױף מײַן װאַך,
און איך שטעל זיך אױפֿן טורעם,
און קוק צו זען װאָס ה׳ װעט מיט מיר רעדן,
און איך זאָל ענטפֿערן, אױף דער טענה צו מיר.
2האָט מיר ה׳ געענטפֿערט און געזאָגט:
פֿאַרשרײַב די זעונג,
און פֿאַרצײכן קלאָר אױף טאָװלען,
כּדי מע זאָל עס געלױפֿיק לײענען.
3װאָרעם די זעונג איז נאָך אױף אַ צײַט,
און זי רעדט פֿון דעם קֶץ, און זאָגט נישט קײן ליגן;
אױב ער װעט זיך זאַמען, טו האַרן אױף אים,[1]
װאָרעם קומען װעט ער קומען, ער װעט נישט פֿאַרשפּעטיקן.
4זע, האָפֿערדיק, נישט רעכטפֿאַרטיק, איז זײַן זעל אין אים,
אָבער דער גערעכטער[2] לעבט מיט זײַן אמוּנה.[3]
5און פֿאַר װאָר, װי דער װײַן טוט פֿעלשן,
אַזױ װעט דער שטאָלצער מענטש נישט אָנהאַלטן;
דער װאָס מאַכט ברײט װי די אונטערערד זײַן באַגער,
און ער װעט װי דער טױט נישט זאַט,
און זאַמלט צו זיך אַלע פֿעלקער,
און קלײַבט צו זיך אַלע אומות.
6פֿאַר װאָר, די אַלע װעלן אױפֿהײבן אַ משל אױף אים,
און אַ שפּאָטרעטעניש איבער אים,
און מע װעט זאָגן: װײ, דער װאָס מערט נישט-זײַנס –
ביז װאַנען? – און לאָדט אױף זיך חובֿות!
7פֿאַר װאָר, פּלוצלינג װעלן אױפֿשטײן דײַנע צינזמאָנער,
און דערװעקן װעלן זיך דײַנע אױפֿטרײסלער,
און װעסט װערן צו רױב פֿאַר זײ.
8װײַל דו האָסט באַרױבט פֿיל פֿעלקער,
װעלן דיך באַרױבן אַלע איבעריקע אומות;
פֿון װעגן מענטשנס בלוט, און דעם אומרעכט צום לאַנד,
צו דער שטאָט און אַלע װױנער אין איר.
9װײ, דער װאָס האַװעט נאָך בײזן געװין פֿאַר זײַן הױז,
צו מאַכן אין דער הײך זײַן נעסט,
ניצול צו װערן פֿון דער האַנט פֿון בײז!
10האָסט באַראָטן שאַנד פֿאַר דײַן הױז;
פֿאַרשניטן פֿיל פֿעלקער, און פֿאַרזינדיקט דײַן זעל.
11װאָרעם אַ שטײן פֿון דער װאַנט װעט שרײַען,
און אַ באַלקן פֿון דעם האָלץ װעט אים ענטפֿערן.
12װײ, דער װאָס בױט אַ שטאָט מיט בלוט,
און שטעלט אױף אַ כּרַך אױף אומרעכט!
13פֿאַר װאָר, זע, עס איז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,
אַז פֿעלקער זאָלן זיך מאַטערן פֿאַרן פֿײַער,
און אומות זאָלן זיך מיען אומנישט.
14װאָרעם די ערד װעט פֿול װערן מיט דער קענונג פֿון ה׳ס פּראַכט,
אַזױ װי די װאַסערן באַדעקן דעם ים.[4]
15װײ, דער װאָס טרינקט אָן זײַן חבֿר!
מישסט-צו דײַן גיפֿט, און מאַכסט אױך שיכּור,
כּדי צו קוקן אױף זײער נאַקעטקײט!
16האָסט זיך געזעטיקט מיט שאַנד אַנשטאָט כּבֿוד –
טרינק דו אױך און װער אָפּגעדעקט.
אומדרײען װעט זיך צו דיר דער בעכער פֿון ה׳ס רעכטער האַנט,
און קױט װעט זײַן אױף דײַן כּבֿוד.
17װאָרעם דאָס אומרעכט צום לבֿנוֹן װעט דיך צודעקן,
און די פֿאַרװיסטונג פֿון די חיות װאָס האָט זײ צעבראָכן;
פֿון װעגן מענטשנס בלוט, און דעם אומרעכט צום לאַנד,
צו דער שטאָט און אַלע װױנער אין איר.
18װאָס נוצט דער געשניצטער געץ,
אַז זײַן פֿורעמער האָט אים אױסגעשניצט?
װאָס דער געגאָסענער געץ, און דער פֿאַלשער לערער,
אַז דער פֿורעמער פֿון זײַן פֿורעמונג האָט זיך פֿאַרזיכערט דערױף,
צו מאַכן אָפּגעטער שטומע?
19װײ, דער װאָס זאָגט צו אַ האָלץ: כאַפּ זיך אױף!
דערװעק דיך! צו אַ שטײן אַ שטומען. ער זאָל לערנען?
זע, ער איז אײַנגעפֿאַסט אין גאָלד און זילבער,
און אַ שום אָטעם איז אין אים נישטאָ.
20אָבער ה׳ איז אין זײַן הײליקן הֵיכל;
שטיל פֿאַר אים, די גאַנצע ערד!
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 1 →

1פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳, 2וועלכע ער האט פון פריער צוגעזאגט דורך זיינע נביאים אין די כתבי הקודש, 3וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש, 4אנטשיידן באוויזן אלס דער זון פון דער אויבערשטער מיט מאכט, לויט דעם גייסט פון קדושה דורך דעם אויפשטיין פון די טויטע—יהושע/ישוע המשיח אונדזער האר, 5דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען, 6צווישן וועלכע אויך איר זענט בארופן פון יהושע/ישוע המשיחן; 7צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.

8קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג‑ט דורך יהושע/ישוע המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט. 9ווארום ה׳, וועמען איך דין אין מיין גייסט אין דער בשורה טובה פון זיין זון, איז מיין עדות ווי איך דערמאן אייך אָן אויפהער 10אין מיינע תפילות, בעטנדיק אלעמאל, אז עס זאל מיר שוין געלינגען, אם ירצה ה׳, צו אייך צו קומען. 11ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג; 12דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער. 13און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער. 14איך בין א בעל חוב צו גריכן און צו בארבארן, צו חכמים און צו נאראנים. 15אזוי זשע בין איך גרייט לויט מיינע מעגלעכקייטן אנצוזאגן די בשורה טובה אויך צו אייך אין רוים. 16ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך. 17ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן,[1] ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)

18ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט; 19ווייל דאס וויסן פון ה׳ איז באקאנט געמאכט צו זיי, ווארום ה׳ האט עס זיי מגלה געווען. 20ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג‑טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ: 21צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן. 22מיינענדיק, אז זיי זענען קלוגע, האבן זיי זיך באנארישט, 23און פארביטן די הערלעכקייט פון דעם אומשטארבלעכן ג‑ט מיט דער ענלעכקייט פון דעם געשטאלט פון א שטערבלעכן מענטשן און פון פייגל און פון פיר פיסיקע און קריכנדיקע ברואים.

24דערפאר האט זיי ה׳ איבערגעגעבן אין די תאוות פון זייערע הערצער, צו שמוציקייט, צו שענדן זייערע קערפערס צווישן זיך אליין; 25וועלכע האבן פארביטן דעם (דרך ה׳) אמת פון ג‑ט מיט א שקר און פארערט און געדינט דאס באשאפענע אנשטאט דעם באשעפער, הקדוש ברוך הוא לעולמים. אמן. 26צוליב דעם האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו שענדלעכע תאוות; ווארום זייערע ווייבער האבן פארביטן דעם נאטירלעכן געברויך מיט אן אומנאטירלעכן; 27און אזוי אויך די מענער, פארלאזנדיק דעם נאטירלעכן געברויך פון דער פרוי, האבן זיך אין זייערע פארלאנגען דערהיצט איינער מיט דעם אנדערן, מענער מיט מענער טוענדיק געמיינהייטן, און האבן דערהאלטן אין זיך אליין דעם געהעריקן שכר פון זייער פארפירטקייט. 28און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט; 29זיי זענען אנגעפילט געווארן מיט יעדער רישעות, שלעכטסקייט, זנות, גלוסטשאפיק תאוות גייציקייט, בייזוויליקייט, פול מיט קינאה, מערדעריי, קריג, אפנארעריי, כיטרעקייט, רכילות, 30לשון הרע, פיינד פון ה׳, עזות פנימער, פארריסן, בארימער, אויסגעפינעריש פון שלעכטס, אומגעהארכזאמע צו עלטערן, 31אומפארשטאנדיקע, בונד-ברעכער, אָן נאטירלעכע געפילן, אומרחמנותדיקע; 32וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.

Notes & Cross-References
  • [1] 1, 17 פון גלויבן צו גלויבן ד.ה. דורך האבן אמונה אין בלויז, דורך אמונה אויסער די מעשים פון דער תורה, (רוימער ג, כח.)
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Habakkuk 1Habakkuk 3 ►