AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 10
◄ Jeremiah 9
Jeremiah 10
יִרְמְיָה 10
Jeremiah 11 ►

1הערט דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט אױף אײַך גערעדט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל: 2אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

דעם װעג פֿון די פֿעלקער זאָלט איר זיך נישט אָפּלערנען,
און פֿאַר די צײכנס פֿון הימל זאָלט איר זיך נישט שרעקן,
װײַל די פֿעלקער שרעקן זיך פֿאַר זײ.
3װאָרעם די מינהגים פֿון די אומות, דאָס איז נישטיקײט;
װאָרעם עס איז אַ האָלץ װאָס מע האָט פֿון װאַלד אױסגעהאַקט {כרת},[1]
דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט מיט דער הובל.
4מיט זילבער און מיט גאָלד באַשײנט מען עס,
מיט נעגל און מיט האַמערס באַפֿעסטיקט מען עס,
עס זאָל זיך נישט װאַקלען.
5װי אַ שרעקפֿױגל אין אַ פּלוצערפֿעלד זײַנען זײ,
און זײ קענען נישט רעדן;
טראָגן מוזן זײ געטראָגן װערן,
װײַל זײ קענען נישט שפּרײַזן.
איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ,
װאָרעם זײ קענען נישט בײז טאָן,
און אױך גוטס טאָן איז נישטאָ אין זײ.
6נישטאָ דײַן גלײַכן, ה׳,
גרױס ביסטו, און גרױס איז דײַן נאָמען אין גבֿורה.
7װער זאָל דיך נישט פֿאָרכטן, קיניג פֿון די פֿעלקער?
פֿאַר װאָר, דיר קומט עס,
װאָרעם צװישן אַלע קליגסטע פֿעלקער,
און אין אַל זײער מלוכה,
איז נישטאָ דײַן גלײַכן.
8און אַלע אין אײנעם זײַנען זײ פֿאַרגרעבט און נאַריש;
אַ נישטיקע לערנונג, אַ האָלץ איז דאָס.
9זילבערבלעך פֿון תַּרְשִיש געבראַכט,
און גאָלד פֿון אוּפָֿז,
די אַרבעט פֿון אַ מײַנסטער,
און אַ שמעלצערס הענט;
בלאָ און פּורפּל איז זײער מלבוש,
די אַרבעט פֿון קינצלער זײַנען זײ אַלע.
10אָבער ה׳ אלֹקים איז דער אמתער ג-ט,
ער איז דער אלֹקים חַיִּים, און דער אײביקער קיניג;
פֿון זײַן כּעס {קֶצֶף}[2] ציטערט די ערד,
און פֿעלקער קענען נישט אױסהאַלטן זײַן צאָרן.

11אַזױ זאָלט איר זאָגן צו זײ: די ג‑טער װאָס האָבן די הימלען און די ערד נישט געמאַכט, װעלן אונטערגײן פֿון דער ערד און פֿון אונטער די דאָזיקע הימלען.

12ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹח,
באַפֿעסטיקט די װעלט מיט זײַן חכמה,
און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט די הימלען פֿאַרשפּרײט.
13בײַם קֹול פֿון זײַן דונערן
װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל;
און ער ברענגט אױף װאָלקן פֿון עק פֿון דער ערד;
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
און ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.
14איטלעכער מענטש איז פֿאַרגרעבט, אָן פֿאַרשטאַנד,
איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ;
װאָרעם פֿאַלש איז זײַן געגאָסענער אָפּגאָט,
און קײן אָטעם איז אין זײ נישטאָ.
15נישטיק זײַנען זײ, אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש;
אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן.
16נישט װי די דאָזיקע איז דער חלק פֿון יעקבֿ;
װאָרעם ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ,
און יִשׂרָאֵל איז דער שבֿט פֿון זײַן אַרב;
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
17קלײַב אױף פֿון דער ערד דײַן בינטל,
דו װאָס זיצסט אין באַלעגערונג.
18װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, איך שלײַדער אַרױס דאָס מאָל די באַװױנער פֿון לאַנד,
און װעל זײ צודריקן, כּדי זײ זאָלן דערשפּירן.
19װײ מיר אױף מײַן בראָך!
שװער איז מײַן װוּנד!
און איך האָב געװעסט געזאָגט: אַ קראַנקשאַפֿט נאָר איז דאָס,
און איך װעל זי אַריבערטראָגן.
20מײַן געצעלט איז פֿאַרװיסט,
און אַלע מײַנע שטריק זײַנען צעריסן,
מײַנע קינדער זײַנען אַרױס פֿון איר און זײַנען ניטאָ.
נישטאָ װער זאָל אױסשפּרײטן װידער מײַן געצעלט,
און װער זאָל אױפֿציען מײַנע פֿאָרהאַנגען.
21װאָרעם פֿאַרגרעבט זײַנען די פּאַסטוכער,
און ה׳ האָבן זײ נישט געזוכט;
דערום האָב זײ נישט באַגליקט,
און זײער גאַנצע סטאַדע איז צעשפּרײט געװאָרן.
22האָרך! אַ הערונג אָט קומט,
און אַ גרױסער רַעַש פֿון צפֿון-לאַנד,
צו מאַכן די שטעט פֿון יהוּדה אַ װיסטעניש,
אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן.
23איך װײס, ה׳, אַז נישט בײַם מענטשן איז זײַן װעג,
נישט בײַם מענטשן איז גײענדיק צו לענקען זײַן טריט.
24שטראָף מיך, ה׳, אָבער מיט גערעכטיקײט,
נישט אין דײַן צאָרן, כּדי זאָלסט מיך נישט פֿאַרמינערן.
25גיס אױך דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער װאָס קענען דיך נישט,
און אױף די משפּחות װאָס רופֿן נישט דײַן נאָמען,
װאָרעם פֿאַרצערט האָבן זײ יעקבֿ,
יאָ, אים פֿאַרצערט און אים פֿאַרלענדט,
און זײַן װױנונג פֿאַרװיסט.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 14 →

1און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון. 2די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער. 3דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט. 4און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים. 5און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן, 6האבן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אנטלאפן אין די שטעט אריין פון ליקאאניען, ליסטרא און דערבע און דער געגנט ארום; 7און האבן דארטן אנגעזאגט די גוטע בשורה.

8און אין ליסטרא פלעגט זיצן א מאן, וואס איז געווען שוואך אויף די פיס, לאם פון זיין מוטערס לייב, וועלכער איז קיינמאל נישט ארומגעגאנגען. 9דער דאזיקער האט זיך צו געהערט צו פוילוסן רעדן, וואס, ווען קוקנדיק אויף אים און זעענדיק, אז ער האט אמונה גענעזן צו ווערן, 10האט געזאגט מיט א הויך קול: שטעל דיך גלייך אויף דיינע פיס! און ער האט א שפרונג געטאן און איז ארומגעגאנגען. 11און די המונים, זעענדיק וואס פוילוס האט געטאן, האבן אויפגעהויבן זייער קול אויף דעם ליקאאנישן לשון, אזוי צו זאגן: די ג‑טער אין געשטאלט פון מענטשן האבן אראפגענידערט צו אונדז. 12און האבן גערופן בר‑נבאן צעאוס (יופיטער) און פוילוסן הערמעס (מערקוריוס), ווייל ער איז געווען דער הויפט רעדנער. 13און דער פריסטער פון צעאוס, וועמעס (טעמפל) איז געווען אויסער דער שטאט, האט געברענגט צו פירן אקסן און גירלאנדן צו די טויערן, און געוואלט מקריב זיין מיט די מאסן. 14הערנדיק אבער דערפון, האבן די שליחים, פוילוס און בר‑נבא, צעריסן זייערע קליידער און זענען ארויסגעלאפן צווישן דעם המון מענטשן, שרייענדיק און זאגנדיק: 15מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי; 16וועלכער האט אין פארגאנגענע דורות געלאזט אלע פעלקער גיין אין זייערע אייגענע דרכים. 17און דאך האט ער זיך נישט איבערגעלאזט אָן אן עדות, מחמת ער האט געטאן גוטס, געבנדיק אייך רעגן פון הימל און פרוכטבארע צייטן, און אנגעפילט אייערע הערצער מיט שפייז און מיט שמחה. 18און דאס זאגנדיק, האבן זיי קוים איינגעהאלטן די מאסן מענטשן, נישט מקריב צו זיין צו זיי.

19עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט. 20ווען אבער די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אריינגעגאנגען אין דער שטאט אריין; און אויף צומארגנס איז ער ארויס צוזאמען מיט בר‑נבאן קיין דערבע. 21און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען, 22שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳. 23און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט. 24און זענען דורכגעגאנגען פיסידיען, און זענען געקומען קיין פאמפיליען. 25און האבן גערעדט דאס ווארט אין פערגא, און זענען אראפ קיין אטאליא; 26און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט. 27און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה. 28און האבן פארברענגט נישט קיין קליינע צייט צוזאמען מיט די תלמידים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 9Jeremiah 11 ►