AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 3
◄ Proverbs 2
Proverbs 3
מִשְׁלֵי 3
Proverbs 4 ►
1מײַן זון, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן מײַן לערנונג,
און מײַנע געבאָט זאָל היטן דײַן האַרץ.
2װאָרעם אַריכת-ימים און יאָרן פֿון לעבן
און פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן.
3גענאָד און אמת זאָלן דיך נישט פֿאַרלאָזן,
בינד זײ אַרום דײַן האַלדז,
שרײַב זײ אָן אױפֿן טאָװל פֿון דײַן האַרצן,
4און געפֿין חֵן און גוטן שׂכל
אין די אױגן פֿון אלֹקים און פֿון לײַט.
5פֿאַרזיכער[1] זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,
און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.
6אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,
און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.
7זאָלסט נישט זײַן אַ חכם אין דײַנע אױגן,
האָב מורא פֿאַר ה׳, און קער זיך אָפּ פֿון בײז.
8דאָס װעט זײַן אַ הײלונג פֿאַר דײַן נאָפּל,
און אַ זאַפֿט פֿאַר דײַנע בײנער.
9גיב כּבֿוד צו ה׳ פֿון דײַן גוטס,
און פֿונעם ערשטן פֿון אַל דײַן תּבֿואה,
10און דײַנע שפּײַכלערס װעלן פֿול זײַן מיט זעט,
און דײַנע קעלטערס װעלן פֿלײצן מיט װײַן.
11דעם מוסר[2] פֿון ה׳ זאָלסטו, מײַן זון, נישט פֿאַראַכטן,
און זאָלסט נישט פֿאַראומװערדיקן זײַן שטראָף.
12װאָרעם דעם װאָס ה׳ האָט ליב, דעם שטראָפֿט ער,
און װי אַ פֿאָטער דעם זון װאָס ער האָט ליב.
13װױל צו דעם מענטשן װאָס געפֿינט חכמה,
און דעם מענטשן װאָס קריגט פֿאַרשטאַנדיקײט.
14װאָרעם איר סחורה איז בעסער װי סחורה פֿון זילבער,
און מער װי גינגאָלד איר אײַנקום.
15זי איז טײַערער פֿון פּערל,
און אַלע דײַנע חפֿצים זײַנען נישט גלײַך צו איר.
16אַריכת-ימים איז אין איר רעכטער האַנט,
אין איר לינקער עשירות און כּבֿוד.
17אירע װעגן זײַנען װעגן פֿון ליבלעכקײט,
און אַלע אירע שטעגן זײַנען שלום.
18אַ בױם פֿון לעבן[3] {עֵץ חַיִּים}[4] איז זי פֿאַר די װאָס האַלטן זי פֿעסט,
און דער װאָס האַלט זיך אָן איר איז באַגליקט.
19ה׳ האָט מיט חכמה געגרונטפֿעסט די ערד,
ער האָט אױפֿגעשטעלט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט.
20דורך זײַן װיסן האָבן זיך די תּהומען געשפּאָלטן,
און די הימלען טריפֿן טױ.
21מײַן זון, זאָלן זײ נישט אַװעק פֿון דײַנע אױגן;
היט קלוגשאַפֿט און געשײַטקײט,
22און זײ װעלן זײַן לעבן פֿאַר דײַן לײַב,
און חן אױף דײַן האַלדז.
23דענצמאָל װעסטו גײן אין זיכערקײט דײַן װעג,
און װעסט נישט אָפּשלאָגן דײַן פֿוס.
24אַז דו װעסט זיך לײגן װעסטו נישט אַנגסטן,
און װעסט ליגן, און זיס װעט זײַן דײַן שלאָף.
25זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר אַן אומגעריכטן שרעק,
און פֿאַר דער פֿאַרװיסטונג פֿון די רשעים, װען זי קומט.
26װאָרעם ה׳ װעט זײַן דײַן בטחון,
און װעט היטן דײַן פֿוס פֿון באַצװינגעניש.
27זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן גוטס פֿון דעם װאָס דאַרף עס,
װען דײַן האַנט האָט בכּוֹח צו טאָן.
28זאָלסט נישט זאָגן צו דײַן חבֿר:
גײ, און קום װידער,
און מאָרגן װעל איך געבן,
װען דו האָסט בײַ זיך.
29זאָלסט נישט טראַכטן אַ רָעה אױף דײַן חבֿר,
װען ער זיצט אין זיכערקײט בײַ דיר.
30זאָלסט זיך נישט קריגן מיט אַ מענטשן אומזיסט,
אױב ער האָט דיר נישט געטאָן קײן רָעה.
31זאָלסט נישט מקנא זײַן דעם מאַן פֿון אומרעכט,
און זאָלסט נישט אױסװײלן קײנעם פֿון זײַנע װעגן.
32װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז דער פֿאַרקערטער,
און מיט די רעכטפֿאַרטיקע איז ער פֿאַרטרױט.
33די קללה פֿון ה׳ איז אין הױז פֿון רשע,
און די װױנונג פֿון צדיק בענטשט ער.
34אױב שפּעטער – מאַכט ער זײ צום געשפּעט,
אָבער די שטילע גיט ער חן.
35כּבֿוד אַרבן די חכמים,
און נאַרן קלײַבן אױף שאַנד.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 12 →

1איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה. 2און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.

3ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳. 4ווארום ווי אין איין גוף האבן מיר א סך אברים, און נישט אלע אברים האבן די זעלביקע אויפגאבע, 5אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן. 6און האבנדיק פארשיידענע מתנות לויט דעם חסד, וואס איז אונדז געגעבן געווארן, אויב נבואה, (לאמיר נבואות זאגן) לויט דער מאס פון אונדזער אמונה; 7אויב באדינען, אין דער באדינונג; אויב א לערנער, אין דער לערנונג; 8אויב א מוכיח, אינם מוסר זאגן; דער געבער, מיט פרייגעביקייט, דער מנהיג, מיט פלייס; דער גומל חסד מיט מונטערקייט.

9זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן. 10האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן; 11ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר; 12אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן; 13זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים. 14בענטשט די, וואס רודפן אייך; בענטשט, שעלט נישט. 15פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען. 16האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים. 17צאלט נישט אפ קיינעמען מיט שלעכטס פאר שלעכטס. טראכט איבער די זאכן, וואס זענען גוט פאר אלע מענטשן. 18אויף וויפל עס ליגט אין אייך, אויב מעגלעך, זעט צו לעבן בשלום מיט אלע מענטשן. 19געליבטע, זייט זיך נישט נוקם, נאר מאכט אן ארט פאר דעם צארן, ווארום עס שטייט געשריבן: ביי מיר איז נקמה איך וועל פארגעלטן, זאגט דער האר ג‑ט. (דברים לב, לה.) 20דעריבער, אויב דיין שונא איז הונגעריק, גיב אים צו עסן; אויב ער איז דורשטיק, גיב אים צו טרינקען; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, זאמלסטו פייערדיקע קוילן אויף זיין קאפ. (משלי כה, כא-בב.) 21לאז דיך נישט באזיגט פונם שלעכטן, נאר זיי גובר דאס שלעכטע מיט דעם גוטן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 2Proverbs 4 ►