AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 22
◄ Proverbs 21
Proverbs 22
מִשְׁלֵי 22
Proverbs 23 ►
1אַ נאָמען איז בעסער פֿון גרױס עשירות,
אַ גוטער חן, פֿון זילבער און פֿון גאָלד.
2רײַך און אָרים שטױסן זיך אָן אײנאַנדער,
אָבער זײ בײדן האָט ה׳ באַשאַפֿן.
3דער קלוגער זעט, און פֿאַרבאָרגט זיך,
און די נאַרן גײען װײַטער, און װערן געשטראָפֿט.
4דער לױן פֿון עניװת – פֿון מורא פֿאַר ה׳,
איז עשירות, און כּבֿוד, און לעבן.
5דערנער און נעצן זײַנען אױפֿן װעג פֿון דעם קרומען,
דער װאָס היט זײַן זעל, זאָל זיך דערװײַטערן פֿון זײ.
6געװײנען דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;
אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.
7דער עושר געװעלטיקט איבער די אָרימע,
און דער לײַער איז אַ קנעכט בײַם מלװה.
8דער װאָס זײט אומרעכט װעט שנײַדן אומגליק,
און די רוט פֿון זײַן חוצפּה װעט פֿאַרלענדט װערן.
9דער װאָס האָט אַ גוט אױג, ער װערט געבענטשט,
װײַל ער גיט פֿון זײַן ברױט דעם אָרעמאַן.
10טרײַב אַרױס דעם שפּעטער, און קריג װעט אַװעק,
און שטרײַט און שאַנד װעלן אױפֿהערן.
11דער װאָס האָט ליב רײנהאַרציקײט,
װאָס האָט חן אױף די ליפּן, איז דער מלך זײַן חבֿר.
12די אױגן פֿון ה׳ היטן דעם פֿאַרשטאַנדיקן,
און ער פֿאַרדרײט די רײד פֿון דעם פֿעלשער.
13דער פֿױלער זאָגט: אַ לײב איז דערױסן,
איך װעל אין גאַס געהרגעט װערן.
14אַ טיפֿע גרוב איז דאָס מױל פֿון פֿרעמדע פֿרױען,
דער פֿאַרשאָלטענער פֿון ה׳ פֿאַלט אַרײַן אַהין.
15נאַרישקײט איז אײַנגעבונדן בײַ דעם ייִנגל אין האַרצן,[1]
די שטראָפֿרוט {שבֿט מוסר}[2] װעט זי דערװײַטערן פֿון אים.
16מע רױבט דעם אָרעמאַן, און בײַ אים מערט זיך,
מע גיט דעם עושר, און עס װערט בלױז געמינערט.
17נײַג צו דײַן אױער, און הער די װערטער פֿון די חכמים,
און דײַן האַרץ זאָלסטו צולײגן צו מײַן קענשאַפֿט.
18װאָרעם װױל װעט זײַן, אַז דו װעסט זײ היטן אין דײַן לײַב,
אַז זײ װעלן אַלע זײַן אָנגעברײט אױף דײַנע ליפּן.
19כּדי דײַן בטחון[3] זאָל זײַן אױף ה׳,
האָב איך עס הײַנט דיך געמאַכט װיסן, יאָ דיך.
20פֿאַר װאָר איך האָב דיר אױפֿגעשריבן דרײַסיק װערטער,
אין עצות און קענשאַפֿט.
21כּדי דיך צו מאַכן װיסן די ריכטיקע װערטער פֿון אמת,
כּדי זאָלסט ענטפֿערן אמתע װערטער די װאָס האָבן דיך געשיקט.
22זאָלסט נישט באַגזלען דעם שװאַכן, װײַל ער איז שװאַך,
און נישט דריקן {דכא}[4] דעם אָרעמאַן אין טױער.
23װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען זײער קריג,
און רױבן זײערע רױבער דאָס לעבן.
24זאָלסט זיך נישט חבֿרן מיט אַ צאָרנדיקן מענטשן,
און מיט אַ כּעסן זאָלסטו נישט צונױפֿקומען;
25טאָמער װעסטו לערנען זײַנע װעגן,
און װעסט נעמען אַ שטרױכלונג פֿאַר דײַן זעל.
26זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס גיבן אַ האַנט,
פֿון די װאָס זײַנען עָרבֿ פֿאַר חובֿות.
27אַז דו װעסט נישט האָבן צו באַצאָלן,
נאָך װאָס זאָל מען צונעמען דײַן געלעגער פֿון אונטער דיר?
28זאָלסט נישט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן,
װאָס דײַנע עלטערן האָבן געמאַכט.
29זעסטו אַ מענטשן פֿלינק אין זײַן אַרבעט,
װעט ער שטײן פֿאַר מלכים;
ער װעט נישט שטײן פֿאַר נידעריקע.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 21Proverbs 23 ►