AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 19
◄ Proverbs 18
Proverbs 19
מִשְׁלֵי 19
Proverbs 20 ►
1בעסער אַן אָרעמאַן װאָס גײט אין זײַן ערלעכקײט,
אײדער דער װאָס האָט פֿאַרקרימטע ליפּן, און איז אַ נאַר.
2אױך, פֿון זיך אַלײן נישט קענען, קומט נישט קײן גוטס,
און דער װאָס אײַלט מיט די פֿיס, זינדיקט.
3אַ מענטשנס נאַרישקײט פֿאַרדרײט זײַן װעג,
און אױף ה׳ צערנט זײַן האַרץ.
4רײַכטום קריגט צו פֿיל גוטע פֿרײַנט,
און דער אָרעמאַן װערט צעשײדט פֿון זײַן גוטן פֿרײַנט.
5אַ פֿאַלשן עדות װעט נישט געשאָנקען װערן,
און דער װאָס אָטעמט מיט ליגן, װעט נישט אַנטרונען װערן.
6פֿיל זוכן די לײַטזעליקײט פֿון דעם נדבֿן,
און איטלעכער איז אַ גוטער פֿרײַנט דעם געבער.
7אַלע ברידער פֿון דעם אָרעמאַן האָבן אים פֿײַנט,
און װי שױן דערװײַטערן זיך פֿון אים זײַנע גוטע פֿרײַנט!
דער װאָס זײ יאָגט זיך אַרום מיט װערטער
װעט ער בײַ זײ בלײַבן נישט.
8דער װאָס קױפֿט זיך אײַן שׂכל, האָט ליב זײַן זעל,
דער װאָס היט פֿאַרשטאַנדיקײט, װעט געפֿינען גוטס,
9אַ פֿאַלשן עדות װעט נישט געשאָנקען װערן,
און דער װאָס אָטעמט מיט ליגנס, װעט אונטערגײן.
10תּענוג פּאַסט נישט פֿאַרן נאַרן,
הײַנט װי שױן פֿאַר אַ קנעכט צו געװעלטיקן איבער האַרן!
11דער שׂכל פֿון אַ מענטשן איז אײַנצוהאַלטן זײַן צאָרן,
און אַ צירונג פֿאַר אים איז צו פֿאַרגעבן זינד.
12אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס צאָרן,
און װי טױ אױפֿן גראָז זײַן גוטװיליקײט.
13אַן אומגליק פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר;
און װי אַ נודנע טריפֿעניש זײַנען די קריג פֿון אַ װײַב.
14הױז און גוטס איז אַ ירושה פֿון עלטערן,
אָבער אַ געראָטענע װײַב איז פֿון ה׳.
15פֿױלקײט װאַרפֿט אָן אַ דרעמל,
און אַן אָפּגעלאָזטער נפֿש װעט הונגערן.
16דער װאָס היט דאָס געבאָט, היט זײַן זעל,
דער װאָס פֿאַרװאָרלאָזט {בזה}[1] זײַנע װעגן, װעט שטאַרבן.
17דער װאָס שענקט דעם אָרעמאַן, אַנטלײַט ה׳,
און זײַן טובֿה װעט ער אים אומקערן.
18שטראָף דײַן זון, װען עס איז נאָך דאָ אַ האָפֿענונג,
אָבער זאָלסט זיך נישט אָנלײגן אים אומצוברענגען.
19אַ מענטש פֿון גרױס צאָרן װעט טראָגן זײַנע שטראָף,
אָבער װען דו װעסט אים אײן מאָל מציל זײַן, אַזױ װעסט דו עס מוזן מער טאָן.
20הערצו אַן עצה, און נעם אָן מוסר[2],
כּדי דו זאָלסט קלוג זײַן אין דײַן סוף.
21פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן,
אָבער ה׳ס באַראָט, ער װעט באַשטײן.
22װאָס איז באַגערט אין אַ מענטש איז זײַן גענאָד;
און בעסער אַן אָרעמאַן אײדער אַ כּזבֿן.
23מורא פֿאַר ה׳ פֿירט צום לעבן,
און מע בלײַבט זאַט,
און װערט נישט געשטראָפֿט מיט קײן בײז.
24אַז דער פֿױלער שטעקט אַרײַן זײַן האַנט אין שיסל,
װיל ער זי צו מאָל נישט צוטראָגן צו זײַן מױל.
25שלאָגסטו דעם שפּעטער, װערט דער נאַר געשײַט,
און מוסערט מען דעם פֿאַרשטענדיקן, לערנט ער װיסן.
26אַ זון װאָס ברענגט שאַנד און חרפּה,
פֿאַרװיסט זײַן פֿאָטער, פֿאַרטרײַבט זײַן מוטער.
27 [3] מײַן זון, הער אױף צו הערן דעם מוסר,
און דו װעסט זיך פֿאַרבלאָנדזשען פֿון די װערטער פֿון װיסנשאַפֿט.
28גערעכטיקײט שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן עדות,
און פֿאַלשקײט צעמישט דאָס מױל פֿון די רשעים.
29אָנגעברײט פֿאַר די שפּעטער זײַנען שטראָפֿן,
און קלעפּ פֿאַרן רוקן פֿון די נאַרן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Timothy 4 →

1דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען 2דורך דער צביעות פון ליגנער, וואס טראגן אין זייער אייגן געוויסן א צייכן אויסגעברענט ווי מיט א גליענדיק אייזן, 3פארווערנדיק חתונה צו האבן, און (באפעלנדיק) מען זאל זיך צוריקהאלטן פון (געוויסע) מאכלים, וועלכע ה׳ האט באשאפן צום געניסן מיט דאנק פאר די מאמינים און וואס האבן דערקענט דעם אמת. 4ווייל איטלעכעס באשעפעניש פון ה׳ איז גוט (הערה: פסוק זאגט ”גוט“; נישט ”עסנווארג“), און גארנישט איז אפצוווארפן, אויב מען נעמט עס נאר אָן מיט א ברכה, 5ווארום עס ווערט געהייליקט דורך ה׳ס ווארט און דורך תפילה.

6אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט; 7נאר די חלל און אלט ווייבערישע לעגענדעס זאלסטו אויסמיידן. איב דיך אבער צו יראת שמים; 8ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא. 9באגלויבט איז דאס ווארט, און ווערט אינגאנצן אנגענומען צו ווערן; 10ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים. 11דאס זאלסטו באפעלן און לערנען.

12זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט. 13ביז איך וועל קומען, גיב אכטונג אויף דעם לייענען, אויף דעם מוסר זאגן, אויף דער לערנונג. 14פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים. 15זארג וועגן די דאזיקע זאכן; באשעפטיק דיך מיט זיי, כדי דיין פארטשריט זאל זיין באשיימפערלעך קלאר פאר יעדן (איינעם). 16גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 18Proverbs 20 ►