1פֿרײט זיך צדיקים, מיט ה׳,
שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג.
2גיט אַ דאַנק צו ה׳ אױף אַ האַרף,
אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים.
3זינגט צו אים אַ נײַ געזאַנג,
שפּילט װױל מיט געשאַל.
4װאָרעם רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון ה׳
און זײַן יעטװעדער טוּונג איז מיט טרײַשאַפֿט.
5ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט,
מיט דעם חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿול די ערד.
6דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן,
און דורך דעם רוּחַ פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל.
7ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים,
ער טוט אַרײַן אין שפּײַכלערס די תּהומען.
8מורא פֿאַר ה׳ האָט די גאַנצע ערד,
פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט.
9װאָרעם ער זאָגט, און עס געשעט,
ער באַפֿעלט, און עס באַשטײט.
10ה׳ פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער,
ער פֿאַרװערט די מחשבֿות פֿון די אומות.
11דער באַראָט פֿון ה׳ װעט אױף אײביק באַשטײן,
די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן אױף דור-דורות.
12װױל צו דעם פֿאָלק װאָס ה׳ איז זײַן ג-ט,
צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב.
13פֿון הימל לוגט ה׳,
ער זעט אַלע מענטשנקינדער;
14פֿון דעם אָרט פֿון זײַן װױנונג
באַטראַכט ער אַלע באַװױנער פֿון דער ערד;
15ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ,
װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים.
16אַ מלך װערט נישט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל,
אַ גיבור װערט נישט ניצול דורך גרױס כּוֹח;
17אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף,
און מיט זײַן גרױס כּוֹח װעט ער נישט מאַכן אַנטרינען.
18זע, דאָס אױג פֿון ה׳ איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,
אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסֶד,
19מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל,
און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער.
20אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף ה׳,
אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.
21װאָרעם מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ,
װאָרעם אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט.
22זאָל דײַן חֶסֶד, ה׳, זײַן אױף אונדז,
אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.