AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 11
◄ Psalms 10
Psalms 11
תְּהִלִּים 11
Psalms 12 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿון דָוִדן.
1אין ה׳ טו איך מיך שיצן;
װי קענט איר זאָגן צו מײַן זעל:
אַנטלױף! צו אײַער באַרג, איר פֿױגלען?
2װאָרעם זע, די רשעים שפּאַנען דעם בױגן,
זײ האָבן אָנגעשטעלט זײער פֿײַל אױפֿן שטריקל,
צו שיסן אין דער פֿינצטער די רעכטפֿאַרטיקע הערצער
3אַז די גרונטזײַלן װערן צעשטערט,
װאָס קענען די צדיקים טאָן?
4ה׳ איז אין זײַן הײליקן הֵיכל,
ה׳ – זײַן טראָן[1] איז אין הימל;
זײַנע אױגן זעען,
זײַנע ברעמען פּרוּװן די מענטשנקינדער.
5ה׳ פּרוּװט דעם צדיק,
אָבער דער רשע און דעם װאָס האָט ליב רױב,
האָט פֿײַנט זײַן זעל.
6ער װעט מאַכן רעגענען אױף די רשעים
קױלן, פֿײַער, און שװעבל;
און אַ ברענעדיקער װינט
איז זײער צוגעטײלטער כָּוס.
7װאָרעם גערעכט איז ה׳, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זען זײַן פּנים.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 10Psalms 12 ►