AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 48
◄ Jeremiah 47
Jeremiah 48
יִרְמְיָה 48
Jeremiah 49 ►

1אױף מוֹאָבֿ.

אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל:

װײ צו נבֿוֹ, װאָרעם זי איז פֿאַרװיסט;
צו שאַנד, באַצװוּנגען, איז קִריָתַיִם,
צו שאַנד און צעבראָכן איז מִשׂגָב.
2נישטאָ מער דער לױב פֿון מוֹאָבֿ,
אין חֶשבוֹן האָט מען באַקלערט בײז אױף איר:
קומט, און לאָמיר זי פֿאַרשנײַדן {כרת}[1] פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק!
דו אױך, מַדמֵן, װעסט שטיל װערן,
נאָכגײן דיר װעט גײן די שװערד.
3אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון חוֹרוֹנַיִם:
אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך אַ גרױסער.
4צעבראָכן געװאָרן איז מוֹאָבֿ,
אירע יונגע לאָזן הערן אַ געשרײ.
5װאָרעם דעם אױפֿגאַנג פֿון לוחית
גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן;
װאָרעם דעם אױפֿגאַנג פֿון לוחית
גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן;
װאָרעם אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון חוֹרוֹנַיִם
הערט מען אַן אַנגסטגעשרײ פֿון בראָך.
6אַנטלױפֿט, ראַטעװעט אײַער נפֿש,
און זײַט װי אַ טאַמאַריסק אין דער מדבר.
7װאָרעם װײַל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט
אױף דײַנע אױפֿטוען און אױף דײַנע אוֹצרות,
װעסט דו אױך באַצװוּנגען װערן;
און כּמוֹש װעט אין גלות אַװעק,
זײַנע פּריסטער און זײַנע האַרן אין אײנעם.
8און אַ פֿאַרװיסטער װעט קומען אױף איטלעכער שטאָט,
און קײן שטאָט װעט נישט אַנטרונען װערן;
און אונטערגײן װעט דער טאָל,
און פֿאַרטיליקט װערן װעט דער פּלױן,
אַזױ װי ה׳ האָט געזאָגט.
9גיט פֿליגלען צו מוֹאָבֿ,
װאָרעם פֿליען אַװעקפֿליען װעט זי;
און אירע שטעט װעלן צו װיסט װערן,
אָן אַ באַװױנער אין זײ.

10פֿאַרשאָלטן דער װאָס טוט אָפּגעלאָזט די אַרבעט פֿון ה׳, און פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרמײַדט זײַן שװערד פֿון בלוט!

11רואיק געװען איז מוֹאָבֿ פֿון זײַן יוגנט אָן,
און אָפּגעזעצט איז ער אױף זײַנע הײװן,
און נישט איבערגעלײדיקט געװאָרן פֿון כּלי אין כּלי,
און אין גלות איז ער נישט געגאַנגען;
דערפֿאַר האָט זיך אָפּגעשטעלט זײַן טעם בײַ אים,
און זײַן ריח האָט זיך נישט געביטן.

12אָבער זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל שיקן צו אים אומבײַגערס, און זײ װעלן אים אומבײַגן, און זײַנע כּלים װעלן זײ אױסלײדיקן, און זײערע קריג װעלן זײ צעברעכן. 13און מוֹאָבֿ װעט זיך שעמן מיט כּמוֹש, װי דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך געשעמט מיט בֵית-אֵל זײער פֿאַרזיכערונג.

14װי קענט איר זאָגן: גיבוֹרים זײַנען מיר,
און העלדישע לײַט פֿאַר מלחמה?
15פֿאַרװיסט געװאָרן איז מוֹאָבֿ,
און אױף אירע שטעט איז מען אַרױפֿגעגאַנגען;
און זײַנע געקליבענע יונגען האָבן גענידערט צו דער שחיטה,
זאָגט דער קיניג – ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
16נאָנט איז דער בראָך פֿון מוֹאָבֿ צו קומען,
און זײַן אומגליק אײַלט זײער.
17באַדױערט אים אַלע די װאָס זענען אַרום אים,
און אַלע װאָס קענט זײַן נאָמען זאָגט:
װי איז צעבראָכן דער מאַכטיקער שטעקן,
דער פּראַכטיקער שטעקן!
18נידער פֿון כּבֿוד, און זיץ אין דאָרשטיקײט,
טאָכטער באַװױנערין פֿון דיבֿוֹן,
װאָרעם דער פֿאַרװיסטער פֿון מוֹאָבֿ איז אַרױפֿגעקומען אױף דיר,
ער האָט צעשטערט דײַנע פֿעסטונגען.
19בײַם װעג שטײ, און קוק אױס,
באַװױנערין פֿון עַרוֹעֵר;
פֿרעג דעם אַנטלאָפֿענעם און די אַנטרונענע;
זאָג: װאָס איז געשען?
20צו שאַנד געװאָרן איז מוֹאָבֿ, װאָרעם זי איז צעבראָכן געװאָרן;
יאָמערט און שרײַט, זאָגט אָן אין אַרנוֹן,
אַז פֿאַרװיסט געװאָרן איז מוֹאָבֿ.

21און אַ משפּט איז געקומען אױף דעם לאַנד פֿון פּלױן; אױף חוֹלוֹן, און אױף יַהצָה, און אױף מֵיפַֿעַת; 22און אױף דיבֿוֹן, און אױף נבֿוֹן, און אױף בֵית-דִבלָתַיִם; 23און אױף קִריָתַיִם, און אױף בֵית-גָמול, און אױף בֵית-מְעוֹן; 24און אױף קריוֹת, און אױף בָצרָה, און אױף אַלע שטעט פֿון לאַנד מוֹאָבֿ, די װײַטע און די נאָנטע. 25אָפּגעהאַקט געװאָרן איז דער האָרן פֿון מוֹאָבֿ, און זײַן אָרעם איז צעבראָכן געװאָרן, זאָגט ה׳.

26פֿאַרשיכּורט אים, װאָרעם קעגן ה׳ האָט ער זיך געגרײסט; און מוֹאָבֿ װעט זיך פּאַטשן אין זײַן מײקעכץ, און ער אױך װעט צום געלעכטער װערן. 27װאָרעם איז נישט אַ געלעכטער געװען דיר יִשׂרָאֵל? צי איז ער צװישן גנבֿים געפֿונען געװאָרן, װאָס װען נאָר דו האָסט גערעדט פֿון אים, פֿלעגסטו זיך געשאָקעלט?

28פֿאַרלאָזט די שטעט, און רוט אין פֿעלדז,
באַװױנער פֿון מוֹאָבֿ,
און זײַט װי אַ טױב װאָס טוט נעסטן
בײַ די זײַטן פֿון דעם מױל פֿון אַ גרוב.
29מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מוֹאָבֿ,
װי זײער שטאָלץ ער איז;
זײַן גרױסקײט און זײַן שטאָלצקײט און זײַן גאװה,
און די הױכקײט פֿון זײַן האַרצן.
30איך װײס, זאָגט ה׳, זײַן חוצפּה,
און זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט,
זײער טאָן אָן אַ האַפֿט.
31דערום יאָמער איך אױף מוֹאָבֿ,
און אױף גאַנץ מוֹאָבֿ טו איך קלאָגן;
אױף די באַװױנער פֿון קיר-חֶרֶשׂ מוז מען זיפֿצן.
32מער פֿון דעם געװײן אױף יַעְזֵר װײנען איך אױף דיר,
װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה;
דײַנע צװײַגן זײַנען ביז צום ים אַריבער,
ביזן ים פֿון יַעְזֵר האָבן זײ דערגרײכט;
אױף דײַן זומערפֿרוכט און אױף דײַן װײַנטרױבן־זאַמלונג
איז אַ צעשטערער אָנגעפֿאַלן.
33און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד און די לוסטיקײט
פֿון דעם פֿרוכטגאָרטן, און פֿון לאַנד מוֹאָבֿ,
און װײַן פֿון די קעלטערס האָב איך פֿאַרשטערט;
מע טרעט נישט מיט הֵידָד!
דער הֵידָד איז נישט הֵידָד.

34דאָס געשערײַ פֿון חֶשבוֹן איז ביז אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ לאָזן זײ אַרױס זײער קֹול, פֿון צוֹעַר ביז חוֹרוֹנַיִם ביז עגלת-שלשיה; װאָרעם אױך די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן צו װיסט װערן. 35און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון מוֹאָבֿ, זאָגט ה׳, דעם װאָס ברענגט-אױף אױף אַ בָמָה, און דעם װאָס רײכערט צו זײַנע ג‑טער. 36דערום מײַן האַרץ אױף מוֹאָבֿ טוט װי פֿלײטן ברומען, און מײַן האַרץ אױף די מענער פֿון קיר-חֶרֶשׂ, טוט װי פֿלײטן ברומען, פֿאַר װאָס די שֶפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעשאַפֿט איז אונטערגאַנגען.

37װאָרעם יעטװעדער קאָפּ איז אַ פּליץ, און יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן, אױף אַלע הענט זײַנען שניטן, און אױף די לענדן איז זאַק. 38אױף אַלע דעכער פֿון מוֹאָבֿ, און אין אירע גאַסן, איז לױטער קלאָגערײַ; װאָרעם איך האָב צעבראָכן מוֹאָבֿ װי אַ נישטװערטיקע כּלי, זאָגט ה׳. 39װי איז זי צעבראָכן געװאָרן! – יאָמערט – װי האָט מוֹאָבֿ אין ביאָש דעם רוקן געקערט! און מוֹאָבֿ װעט װערן צו געלעכטער און צו שרעק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.

40װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, װי אַן אָדלער װעט ער שװעבן,
און שפּרײטן זײַנע פֿליגלען צו מוֹאָבֿ.
41באַצװוּנגען װערן די שטעט,
און די פֿעסטונגען װערן אײַנגענומען;
און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון מוֹאָבֿ אין יענעם טאָג
װעט זײַן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען.
42און מוֹאָבֿ װערט פֿאַרטיליקט װערן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק,
פֿאַר װאָס ער האָט זיך קעגן ה׳ געגרײסט.
43אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ
אױף דיר, באַװױנער פֿון מוֹאָבֿ,
זאָגט ה׳.
44דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם גרױל,
װעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב,
און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב,
װעט געכאַפּט װערן אין נעץ;
װאָרעם איך װעל ברענגען אױף איר, אױף מוֹאָבֿ,
דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט,
זאָגט ה׳.
45אין שאָטן פֿון חֶשבוֹן האָבן זיך אָפּגעשטעלט
אָן כּוֹח אַנטרונענע;
װאָרעם אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון חֶשבוֹן,
און אַ פֿלאַם פֿון מיטן סיחון,
און זי האָט פֿאַרצערט די שלײף פֿון מוֹאָבֿ,
און דעם שאַרבן פֿון די ליאַרעמיונגען.
46װײ דיר, מוֹאָבֿ!
אונטערגעגאַנגען איז דאָס פֿאָלק פֿון כּמוֹש;
װאָרעם דײַנע זין זײַנען גענומען געװאָרן אין געפֿאַנג,
און דײַנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
47אָבער איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מוֹאָבֿ
אין סוף פֿון די טעג,
זאָגט ה׳.
ביז דאַנען איז דער משפּט פֿון מוֹאָבֿ.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 47Jeremiah 49 ►