1װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פּלִשתּים, אײדער פַּרעה האָט געשלאָגן עַזָה.
2אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון,
און װעלן װערן אַ פֿלײציקער טײַך,
און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט,
די שטאָט און די װױנער אין איר;
און שרײַען װעלן די מענטשן,
און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד.
3איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון זײַנע אָגערס,
איבער דעם רַעַש פֿון זײַנע רײַטװעגן,
דעם טומל פֿון זײַנע רעדער,
קערן זיך עלטערן נישט צו קינדער,
פֿון אָפּהענטיקײט.
4פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט
צו פֿאַרװיסטן אַלע פּלִשתּים,
צו פֿאַרשנײַדן פֿון צוֹר און פֿון צידון
איטלעך געבליבענעם העלפֿער;
װאָרעם ה׳ טוט פֿאַרװיסטן די פּלִשתּים,
דעם רעשט פֿון אינדזל כַּפֿתּוֹר.
5געקומען איז אַ פּליכעניש אױף עַזָה
פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן,
דער רעשט פֿון זײער טאָל.
ביז װאַנען װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן?
6װײ, דו שװערד פֿון ה׳,
ביז װי לאַנג נאָך װעסטו נישט רוען?
װער אײַנגעטאָן אין דײַן שײד,
באַרו זיך און װער שטיל.
7װי קענסטו זײַן רואיק?
אַז ה׳ האָט איר באַפֿױלן;
אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים,
אַהין האָט ער זי באַשערט.