1די נבֿואה אױף צוֹר:
יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש,
װאָרעם זי איז פֿאַרװיסט, אָן אַ הױז, אָן אַן אײַנגאַנג;
פֿון לאַנד פֿון די כִּתּים
איז דאָס זײ אַנטפּלעקט געװאָרן.
2זײַט שטיל, איר באַװױנער פֿון אינדזל;
דו װאָס די סוחרים פֿון צידון,
די ים-פֿאָרער, האָבן דיך אָנגעפֿילט.
3און איבער גרױסע װאַסערן איז דער זאָמען פֿון שיחוֹר,
דער שניט פֿון נילוס, איר אײַנקום געװען;
און זי איז געװען דער מאַרק פֿון די פֿעלקער.
4שעם זיך צידון, װאָרעם דער ים האָט געזאָגט,
די פֿעסטונג פֿון ים, אַזױ צו זאָגן:
װי איך װאָלט גאָרנישט געװײטאָקט און נישט געבאָרן,
און קײן בחורים נישט דערצױגן,
אָדער יונגפֿרױען אױפֿגעבראַכט.
5אַז מע װעט הערן אין מִצרַיִם,
װעט מען ציטערן בײַ דער הערונג פֿון צוֹר.
6גײט אַריבער קײן תַּרְשִיש,
יאָמערט, איר באַװױנער פֿון אינדזל.
7איז דאָס אײַך די פֿרײלעכע שטאָט,
װאָס פֿון פֿריִע פֿאַרצײַטיקע טעג פֿלעגן זי פֿירן אירע פֿיס
אין דער װײַטן צו װױנען?
8װער האָט דאָס באַראָטן אױף צוֹר דער באַקרױנטער,
װאָס אירע סוחרים זײַנען געװען שׂרָרות,
אירע האַנדלסלײַט די נִכבָדים פֿון דער ערד?
9ה׳ צבָֿאוֹת האָט דאָס באַראָטן,
צו פֿאַרשװעכן דעם שטאָלץ פֿון אַל דער שײנקײט,
צו מאַכן גרינגגעשאַצט אַלע נִכבָדים פֿון דער ערד.
10איבערפֿלײץ דײַן לאַנד װי דער נילוס, טאָכטער תַּרְשִיש,
נישטאָ מער קײן אײַנצאַם.
11ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט איבערן ים,
ער האָט געמאַכט ציטערן מלוכות;
ה׳ האָט באַפֿױלן װעגן כּנַעַן,
צו פֿאַרטיליקן אירע פֿעסטונגען.
12און ער האָט געזאָגט: װעסט נישט מער לוסטיק זײַן,
געשענדטע יונגפֿרױ טאָכטער צידון.
שטײ אױף, גײ אַריבער קײן כִּתּים;
אױך דאָרט װעסטו קײן מנוחה נישט האָבן.
13זע, דאָס לאַנד פֿון די כַּשׂדים – די דאָזיקע אומה איז נאָך נישט געװען װען אשור האָט עס געגרונטפֿעסט פֿאַר מדבר-באַשעפֿענישן – זײ האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע באַלעגערטורעמס, זײ האָבן אײַנגעװאָרפֿן אירע פּאַלאַצן; מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ חורבֿה.
14יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש,
װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז אײַער פֿעסטונג.
15און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג: װעט צוֹר זײַן פֿאַרגעסן זיבעציק יאָר, אַזױ װי די טעג פֿון אײן מלך; צום סוף פֿון זיבעציק יאָר װעט געשען מיט צוֹר אַזױ װי אין געזאַנג פֿון דער זוֹנה:
16נעם אַ האַרף,
גײ אום אין שטאָט,
פֿאַרגעסענע זוֹנה;
שפּיל שײן,
זינג פֿיל,
כּדי זאָלסט דערמאָנט װערן.
17און עס װעט זײַן צום סוף פֿון זיבעציק יאָר, װעט ה׳ זיך דערמאָנען אָן צוֹר, און זי װעט זיך אומקערן צו איר זוֹנה-לױן, און װעט װידער פֿאַרקערן מיט אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. 18אָבער איר פֿאַרדינסט און איר זוֹנה-לױן װעט זײַן הײליק צו ה׳; ער װעט נישט באַהאַלטן און נישט אײַנגעשלאָסן װערן; נײַערט פֿאַר די װאָס זיצן פֿאַר ה׳ װעט זײַן איר פֿאַרדינסט, צו עסן צו זאַט, און פֿאַר אַ צודעק אַ שײנעם.