AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 13
◄ Isaiah 12
Isaiah 13
יְשַעְיָה 13
Isaiah 14 ►

1די נבֿואה אױף בָבֿל, װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען:

2אױף אַ הױכן באַרג שטעלט אױף אַ פֿאָן,
הײבט אױף דעם קֹול צו זײ,
פֿאָכט מיט דער האַנט,
זײ זאָלן קומען אין די טױערן פֿון פֿירשטן.
3איך האָב באַפֿױלן מײַנע געהײליקטע,
יאָ, גערופֿן מײַנע גיבוֹרים פֿאַר מײַן צאָרן,[1]
מײַנע שטאָלצלוסטיקע.
4האָרך! אַ טומל אױף די בערג,
גלײַך װי פֿון פֿאָלק אַ סך.
האָרך! אַ גערױש פֿון מלוכות, פֿון אומות פֿאַרזאַמלטע.
ה׳ צבָֿאוֹת באַפֿעלט אַ חיל פֿון מלחמה.
5זײ קומען פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן,
פֿון עק פֿונעם הימל –
ה׳ און די געצײַג פֿון זײַן צאָרן,
די גאַנצע ערד צו צעשטערן.
6יאָמערט, װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳,
װי אַ בראָך פֿון (אֵל) שַדַי װעט ער קומען.
7דערום װעלן אַלע הענט שלאַף װערן,
און איטלעך האַרץ פֿון אַ מענטשן װעט צעגײן.
8און זײ װעלן דערשראָקן װערן;
יסורים און װײען װעלן זײ קריגן,
װי אַ געװינערין װעלן זײ זיך דרײען;
אײנער אױפֿן אַנדערן װעלן זײ גאַפֿן,
זײערע פּנימער, פּנימער פֿון פֿלאַמען.
9זע, דער טאָג פֿון ה׳ קומט,
אומדערבאַרעמדיק מיט כּעס און גרימצאָרן,
צו מאַכן די ערד פֿאַר אַ װיסטעניש,
און פֿאַרטיליקן אירע זינדיקע פֿון איר.
10װאָרעם די שטערן פֿון הימל און זײַנע מזלות
װעלן נישט שײַנען זײער ליכט;
די זון װעט זײַן פֿינצטער אין איר אױפֿגאַנג,
און די לבֿנה װעט נישט שימערן איר ליכט.
11און איך װעל זיך רעכענען מיט דער װעלט פֿאַרן בײז,
און מיט די רשעים פֿאַר זײער זינד;
און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די מוטװיליקע,
און די גאװה פֿון די מאַכטיקע װעל איך דערנידערן.
12איך װעל מאַכן אַ מאַן זעלטענער פֿון גינגאָלד,
און אַ מענטשן, פֿון אוֹפֿיר-גאָלד.
13װעגן דעם װעל איך מאַכן ציטערן די הימלען,
און די ערד װעט אױפֿשטורעמען פֿון איר אָרט,
אין דעם כּעס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,
און אין דעם טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.
14און עס װעט זײַן: אַזױ װי אַ הירש אַ געיאָגטער,
און אַזױ װי שאָף אָן אַן אײַנזאַמלער,
װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן,
און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.
15איטלעכער װאָס װערט געפֿונען,
װעט דערשטאָכן װערן,
און איטלעכער װאָס װערט געכאַפּט,
װעט פֿאַלן דורכן שװערד.
16און זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן
פֿאַר זײערע אױגן;
זײערע הײַזער װעלן צערױבט װערן,
און זײערע װײַבער װעלן געשענדט װערן.
17זע, [2]איך דערװעק אױף זײ מָדַי,
װאָס זילבער אַכטן זײ נישט,
און גאָלד, דאָס װילן זײ נישט.
18און בױגנס װעלן צעהאַקן ייִנגלעך,
און אױף פֿרוכט פֿון לײַב װעלן זײ נישט רַחמָנות האָבן,
אױף קינדער װעט זיך נישט דערבאַרעמען זײער אױג.
19און בָבֿל, דאָס שײנדל פֿון מלוכות,
די שטאָלצע פּראַכט פֿון די כַּשׂדים,
װעט זײַן װי ג-טס איבערקערעניש
פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה.
20זי װעט אײביק נישט באַזעצט װערן,
און נישט באַװױנט זײַן אױף דור-דורות;
און קײן אַראַבער װעט דאָרט נישט אױפֿשטעלן אַ געצעלט,
און קײן פּאַסטוכער װעלן דאָרט נישט מאַכן הױערן.
21נאָר װילדע קעץ װעלן דאָרטן הױערן,
און זײערע הײַזער װעלן פֿול זײַן מיט קלאָג-חיות;
און שטרױספֿױגלען װעלן דאָרט רוען,
און שֵדים װעלן דאָרט אומטאַנצן.
22און שאַקאַלן װעלן װױען אין זײערע פּאַלאַצן
און מדבר-הינט אין די פּאַלײַען פֿון תּענוג;
און נאָנט איז איר [בָבֿל] צײַט צו קומען,
און אירע טעג װעלן זיך נישט פֿאַרציִען.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 12Isaiah 14 ►