1די נבֿואה אױף דעם מדבר בײַם ים:
װי שטורעמס אין דָרום װעט עס דורכגײן;
פֿון מדבר קומט עס, פֿון אַ מוראדיקן לאַנד.
2אַ שװערע זעונג
[1] איז מיר אָנגעזאָגט געװאָרן:
דער פֿעלשער פֿעלשט, און דער רױבער רױבט.
גײ, אַרױף עֵילָם! באַלעגער, מָדַי!
אַלע זיפֿצן װאָס דורך איר מאַך איך אױפֿהערן.
3דערום זײַנען מײַנע לענדן פֿול מיט ציטערניש,
װײען האָבן מיך אָנגענומען
װי װײען פֿון אַ געװינערין;
איך בין צעקרימט און קען נישט הערן,
איך בין צעטומלט און קען נישט זען.
4צעדולט איז מײַן האַרץ,
אַן אַנגסט האָט מיך צעגרױלט;
מײַן גלוסטיקן אָװנט
האָט מען מיר צו שױדער געמאַכט.
5מע גרײט דעם טיש, מע דעקט די דעקע,
מע עסט, מע טרינקט –
שטײט אױף, איר האַרן, באַזאַלבט דעם שילד!
6װאָרעם אַזױ האָט צו מיר אֲדֹנָי געזאָגט:
גײ שטעל אַ װעכטער;
װאָס ער װעט זען זאָל ער זאָגן.
7און אַז ער װעט זען אַ גערײַט, געשפּאַנען פֿערד,
אַ גערײַט אײזלען, אַ גערײַט קעמלען,
זאָל ער האָרכן אַ האָרכונג, אַ האָרכונג אַ גרױסע.
8האָט ער אױסגעשריִען װי אַ לײב:
אױפֿן װאַכטורעם, אֲדֹנָי, שטײ איך תּמיד בײַ טאָג,
און אױף מײַן היטונג בין איך געשטעלט אַלע נעכט.
9און זע, אָט איז געקומען אַ גערײַט מענטשן,
געשפּאַנען פֿערד; און ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט:
געפֿאַלן, געפֿאַלן איז בָבֿל,
און אַלע אירע שניצגעטער
האָט מען צעבראָכן צו דער ערד.
10דו געדראָשענע מײַנע, און קינד פֿון מײַן שײַער,
װאָס איך האָב געהערט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת אלוקי יִשׂרָאֵל,
אײַך האָב איך דערצײלט.
11די נבֿואה אױף דוּמָה.
צו מיר רופֿט מען פֿון שֵׂעִיר:
װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?
װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?
12זאָגט דער װעכטער: געקומען פֿרימאָרגן און אױך נאַכט;
אױב איר װילט פֿרעגן, פֿרעגט,
קומט װידער צו גײן.
13די נבֿואה אױף עַרָבֿ:
װי אין װאַלד װעט איר נעכטיקן אין עַרָבֿ,
קאַראַװאַנען פֿון דעדָנים.
14ברענגט װאַסער אַנטקעגן דעם דאָרשטיקן;
די באַװױנער פֿון לאַנד תֵּימאָ
זאָלן באַגעגענען מיט ברױט פֿאַר אים דעם פֿאַרװאָגלטן.
15װאָרעם פֿון שװערדן זײַנען זײ אַנטלאָפֿן,
פֿון דער געצױגענער שװערד,
און פֿון דעם געשפּאַנטן בױגן,
און פֿון דער שװערער מלחמה.
16װאָרעם אַזױ האָט צו מיר אֲדֹנָי געזאָגט: אין נאָך אַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט פֿאַרלענדט װערן די גאַנצע פּראַכט פֿון קֵדָר, 17און די געבליבענע צאָל בױגנלײַט, די גיבוֹרים פֿון די קינדער פֿון קֵדָר, װעלן זײַן װינציק, װאָרעם ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט גערעדט.