1אין דעם יאָר װאָס תַּרתָּן איז געקומען קײן אַשדוֹד, װען סַרגון דער מלך פֿון אשור האָט אים געשיקט, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַשדוֹד, און האָט זי באַצװוּנגען; 2אין יענער צײַט האָט ה׳ גערעדט דורך ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, אַזױ צו זאָגן: גײ, און זאָלסט אָפּבינדן דאָס זאַק פֿון דײַנע לענדן, און דײַן שוך זאָלסטו אַראָפּציִען פֿון דײַן פֿוס. האָט ער אַזױ געטאָן: אַרומגעגאַנגען נאַקעט און באָרװעס.
3און ה׳ האָט געזאָגט: אַזױ װי מײַן קנעכט ישַעיָהו איז אַרומגעגאַנגען נאַקעט און באָרװעס דרײַ יאָר, פֿאַר אַ סימן און אַ צײכן אױף מִצרַיִם און אױף כּוּש, 4אַזױ װעט דער מלך פֿון אשור אַװעקפֿירן די געפֿאַנגענע פֿון מִצרַיִם, און די פֿאַרטריבענע פֿון כּוּש, יונגע און אַלטע, נאַקעט און באָרװעס, מיט אָפּגעדעקטן הינטער-לײַב, צו דער שאַנד פֿון מִצרַיִם. 5און זײ װעלן זײַן צעבראָכן און פֿאַרשעמט פֿון װעגן כּוּש, זײער אױסקוק, און פֿון װעגן מִצרַיִם, זײער באַרעמונג. 6און דער באַװױנער פֿון דאָזיקן ברעגלאַנד װעט זאָגן אין יענעם טאָג: זע, אַזױ איז געװאָרן פֿון אונדזער אױסקוק, װאָס מיר זײַנען אַהין געלאָפֿן נאָך הילף, ניצול צו װערן פֿון מלך פֿון אשור, און װי װעלן מיר אַנטרונען װערן?