1און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ ציגל, און זאָלסט אים אַװעקלײגן פֿאַר דיר, און אױסקריצן אױף אים אַ שטאָט – ירושָלַיִם. 2און זאָלסט מאַכן אױף איר אַ באַלעגערונג, און בױען אַרום איר אַ באַלעגער-מױער, און אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל, און שטעל אַקעגן איר מחנות; און טו אַקעגן איר שטורעמבעק רונד אַרום. 3און דו נעם דיר אַן אײַזערנע פֿאַן, און זאָלסט זי שטעלן װי אַן אײַזערנע װאַנט צװישן דיר און צװישן דער שטאָט; און זאָלסט קערן דײַן פּנים צו איר, און זי זאָל זײַן אין באַלעגערונג, און דו זאָלסט זי באַלעגערן. אַ צײכן איז דאָס פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
4און דו ליג אױף דײַן לינקער זײַט, און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איר די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; די צאָל טעג װאָס דו װעסט ליגן אױף איר, װעסטו טראָגן זײערע זינד. 5און איך האָב דיר געמאַכט די יאָרן פֿון זײערע זינד אַקעגן דער צאָל טעג – דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג; און װעסט טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 6און אַז דו װעסט ענדיקן די דאָזיקע, זאָלסטו װידער ליגן אױף דײַן רעכטער זײַט, און טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה פֿערציק טעג: אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר, אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר האָב איך עס דיר געמאַכט. 7און צו דער באַלעגערונג פֿון ירושָלַיִם, זאָלסטו קערן דײַן פּנים מיט דײַן אָרעם אַנטבלױזט, און זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף איר. 8און זע, איך טו אַרױף אױף דיר שטריק, און װעסט זיך נישט אומדרײען פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, ביז דו ענדיקסט די טעג פֿון דײַן באַלעגערונג.
9און דו נעם דיר װײץ און גערשטן און בעבלעך און לינדזן און הירזש און טונקלװײץ, און טו זײ אַרײַן אין אײן כּלי, און זאָלסט זײ דיר מאַכן צו ברױט; די צאָל טעג װאָס דו ליגסט אױף דײַן זײַט, דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג, זאָלסטו עס עסן. 10און דײַן עסן װאָס דו װעסט עסן, זאָל זײַן מיט אַ װאָג, צװאַנציק שקל אַ טאָג; פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו עס עסן. 11און װאַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען; אַ זעקסטל הין פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו טרינקען. 12אַזױ װי אַ גערשטענעם קוכן זאָלסטו עס עסן, און אױף קױט פֿון מענטשישער צוֹאֶה זאָלסטו עס באַקן פֿאַר זײערע אױגן. 13און ה׳ האָט געזאָגט: אַזױ װעלן עסן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײער ברױט אומרײן צװישן די פֿעלקער װאָס איך װעל זײ אַהין פֿאַרשטױסן. 14האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, זע מײַן זעל איז נישט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס האָב איך נישט געגעסן פֿון מײַן יוגנט אָן און ביז אַצונד, און אין מײַן מױל איז נישט געקומען אומװערדיק פֿלײש. 15האָט ער צו מיר געזאָגט: זע, איך גיב דיר מיסט פֿון רינדער אַנשטאָט קױט פֿון מענטשן, און זאָלסט מאַכן דײַן ברױט דערױף. 16און ער האָט צו מיר געזאָגט:
מענטשנקינד, זע, איך צעברעך דעם אונטערלען פֿון ברױט אין ירושָלַיִם, און זײ װעלן עסן ברױט מיט אַ װאָג, און מיט זאָרג, און װאַסער מיט אַ מאָס און מיט באַנומעניש װעלן זײ טרינקען. 17װײַל זײ װעלן געמינערט זײַן ברױט און װאַסער, און זײ װעלן באַנומען װערן אײנער מיטן אַנדערן, און װעלן אײַנגײן פֿאַר זײערע זינד.