1גיט אַ דאַנק צו ה׳, רופֿט זײַן נאָמען,
לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען.
2זינגט צו אים, שפּילט צו אים,
רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער.
3רימט אײַך מיט זײַן הײליקן נאָמען;
זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן ה׳.
4פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
זוכט זײַן פּנים תּמיד.
5דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן,
זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל,
6איר זאָמען פֿון אבֿרהם זײַן קנעכט,
[1]
איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע.
7ער איז ה׳ אלוקינו,
איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים.
8ער געדענקט אײביק זײַן ברית,
דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דורות;
9װאָס ער האָט געשלאָסן {כרת}
[2] מיט אבֿרהמען,
און זײַן שבֿועה צו יצחקן.
10און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חוק צו יעקבֿ,
פֿאַר אַן אײביקן ברית צו יִשׂרָאֵל,
11אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן,
דעם טײל פֿון אײַער נחלה.
12אַז איר זײַט געװען מענטשן געצײלטע,
װינציק און פֿרעמדע דערין,
13און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק,
און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה,
14האָט ער נישט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן,
און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:
15איר זאָלט נישט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע,
און מײַנע נבֿיאים זאָלט איר נישט בײז טאָן.
16און ער האָט גערופֿן אַ הונגער אױפֿן לאַנד,
יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט האָט ער צעבראָכן.
17ער האָט זײ פֿאַרױס געשיקט אַ מאַן:
פֿאַר אַ קנעכט איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן יוֹסף.
18מע האָט געפּײַניקט אין קײטן זײַן פֿוס,
אין אײַזן איז אַרײַנגעטאָן געװאָרן זײַן נשמה;
19ביז דער צײַט װאָס זײַן װאָרט איז געשען,
האָט דער באַפֿעל פֿון ה׳ אים געפּרוּװט.
20דער מלך האָט געשיקט און אים לױז געלאָזט,
דער געװעלטיקער פֿון פֿעלקער – און אים פֿרײַ געמאַכט.
21ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער זײַן הױז,
און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבער זײַן גאַנצן אײגנס,
22צו בינדן זײַנע האַרן לױט זײַן באַראָט,
און זײַנע עלטסטע זאָל ער קליגן.
23און יִשׂרָאֵל איז געקומען קײן מִצרַיִם.
און יעקבֿ האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד חָם.
24און ער האָט זײער געפֿרוכפּערט זײַן פֿאָלק,
און זײ געמאַכט שטאַרקער פֿון זײערע דריקער.
25ער האָט פֿאַרקערט זײער האַרץ פֿײַנט צו האָבן זײַן פֿאָלק,
זיך צו קליגן אַקעגן זײַנע קנעכט.
26ער האָט געשיקט משה זײַן קנעכט,
אַהרֹנען װעמען ער האָט אױסדערװײלט.
[3]
27האָבן זײ געמאַכט צװישן זײ די זאַכן פֿון זײַנע צײכנס,
און װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם.
28ער האָט אָנגעשיקט פֿינצטערניש און פֿינצטער געמאַכט;
און זײ האָבן נישט װידערשפּעניקט זײַן װאָרט.
29ער האָט פֿאַרקערט זײערע װאַסערן אין בלוט,
און האָט געטײט זײערע פֿיש.
30זײער לאַנד האָט געװידמעט פֿרעש,
ביז אין די קאַמערן פֿון זײערע מלכים.
31ער האָט געהײסן, און אַ געמיש פֿליגן איז געקומען,
אומגעציפֿער אין זײער גאַנצן געמאַרק.
32ער האָט געגעבן אַנשטאָט זײערע רעגנס האָגל,
אַ פֿלאַמפֿײַער אין זײער לאַנד.
33און ער האָט אײַנגעשלאָגן זײער װײַנשטאָק און זײער פֿײַגנבױם,
און אױסגעבראָכן די בײמער פֿון זײער געמאַרק.
34ער האָט געהײסן, און אַ הײשעריק איז געקומען,
און אַ גראָזפֿרעסער אַזש אָן אַ צאָל;
35און ער האָט אױפֿגעגעסן יעטװעדער קרײַטעכץ אין זײער לאַנד,
און אױפֿגעגעסן די פֿרוכט פֿון זײער ערד.
36און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין זײער לאַנד,
די ערשטלינגען פֿון אַל זײער קראַפֿט.
37און האָט זײ אַרױסגעצױגן מיט זילבער און גאָלד;
און נישט געװען צװישן זײַנע שבֿטים אַ שטרױכלער.
38מִצרַיִם האָט זיך געפֿרײט מיט זײער אַרױסגײן,
װאָרעם זײער שרעק איז געפֿאַלן אױף זײ.
39ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ װאָלקן צום צודעק,
און אַ פֿײַער צו לײַכטן בײַ נאַכט.
40מע האָט פֿאַרלאַנגט, און ער האָט געבראַכט װאַכטלפֿױגלען,
און מיט ברױט פֿון הימל פֿלעגט ער זײ זעטן.
41ער האָט געעפֿנט אַ צוּר, און װאַסער איז פּליוכען,
געגאַנגען װי אַ טײַך דורך די טריקענישן {צִיָּה}
[4].
42װאָרעם ער האָט געדאַכט אָן זײַן הײליקן צוזאָג
צו אבֿרהם זײַן קנעכט.
43און ער האָט אַרױסגעצױגן זײַן פֿאָלק מיט פֿרײד,
מיט געזאַנג זײַנע אױסדערװײלטע.
44און ער האָט זײ געגעבן די לענדער פֿון די פֿעלקער,
און די מי פֿון די אומות האָבן זײ געיַרשעט;
45כּדי זײ זאָלן האַלטן זײַנע געזעצן,
און זײַנע לערנונגען זאָלן זײ היטן.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).