1און אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט פֿאַסטן, און מיט זאַק און ערד אױף זיך. 2און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אָפּגעשײדט פֿון אַלע פֿרעמדגעבאָרענע, און זײ זײַנען געשטאַנען און האָבן זיך מתװדה געװען אױף זײערע זינד, און די פֿאַרברעכן פֿון זײערע עלטערן. 3און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט און האָבן געלײענט אין דעם בוך פֿון דער תּורה פֿון ה׳ זײער ג-ט אַ פֿערטל טאָג, און אַ פֿערטל טאָג האָבן זײ זיך מתװדה געװען, און זיך געבוקט צו ה׳ זײער ג-ט. 4און יֵשועַ,[1] און בני, קַדמיאֵל, שבֿניָה, בוני, שֵרֵבֿיָה, בני, כּנָני, האָבן זיך אױפֿגעשטעלט אױף דער בימה פֿון די לוִיִים, און זײ האָבן געשריען אױף אַ הױכן קֹול צו ה׳ זײער ג-ט. 5און די לוִיִים, יֵשועַ,[2] און קַדמיאֵל, בני, חַשַבֿניָה, שֵרֵבֿיָה, הוֹדִיָה, שבֿניָה, פּתַחיָה, האָבן געזאָגט: שטײט אױף, לױבט ה׳ אלוקיכם פֿון אײביק ביז אײביק; און לאָז מען לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען װאָס איז דערהױבן איבער יעטװעדער לױב און רימונג.
6דו ה׳ ביסט אַלײן; דו האָסט געמאַכט די הימלען, די הימלען פֿון די הימלען, און זײער גאַנצן חיל, די ערד און אַלץ װאָס אױף איר, די ימען און אַלץ װאָס אין זײ, און דו האַלטסט זײ אַלעמען אױף, און דער חיל פֿון הימל בוקט זיך צו דיר. 7דו ביסט ה׳ האלֹקים װאָס האָסט אױסדערװײלט אַבֿרמען, און אים אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, און געמאַכט זײַן נאָמען אבֿרהם. 8און האָסט געפֿונען זײַן האַרץ געטרײַ פֿאַר דיר, און האָסט געשלאָסן {כרת}[3] מיט אים אַ ברית צו געבן דאָס לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, דעם חִתּי, דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם יבֿוסי, און דעם גִרגָשי – עס צו געבן צו זײַן זאָמען; און האָסט מקײם געװען דײַנע װערטער, װאָרעם אַ גערעכטער ביסטו.
9און דו האָסט געזען די פּײַן פֿון אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם, און האָסט געהערט זײער געשרײ בײַם ים-סוףֿ. 10און האָסט געמאַכט צײכנס און װוּנדער אױף פַּרעהן, און אױף אַלע זײַנע קנעכט, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון זײַן לאַנד, װאָרעם האָסט געװוּסט, אַז זײ האָבן געמוטװיליקט איבער זײ; און האָסט דיר געמאַכט אַ נאָמען אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 11און דעם ים האָסטו געשפּאָלטן פֿאַר זײ, און זײ זײַנען דורכגעגאַנגען אין מיטן אים אין טריקעניש און זײערע נאָכיאָגער האָסטו אַרײַנגעװאָרפֿן אין די טיפֿענישן אַזױ װי אַ שטײן אין מאַכטיקע װאַסערן. 12און מיט אַ זײַל פֿון װאָלקן האָסטו זײ געפֿירט בײַ טאָג, און מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי זײ צו לײַכטן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן. 13און אױפֿן באַרג סינַי האָסטו אַראָפּגענידערט, און גערעדט צו זײ פֿון הימל, און האָסט זײ געגעבן ריכטיקע געזעצן, און אמתע לערנונגען, גוטע חוקים און געבאָט. 14און דײַן הײליקן שבת האָסטו זײ געלאָזט װיסן, און האָסט זײ באַפֿױלן געבאָט און געזעצן און אַ תּורה דורך משה דײַן קנעכט. 15און ברױט פֿון הימל האָסטו זײ געגעבן פֿאַר זײער הונגער, און װאַסער האָסטו זײ פֿון פֿעלדז אַרױסגעצױגן פֿאַר זײער דאָרשט, און האָסט זײ געהײסן קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס דו האָסט אױפֿגעהױבן דײַן האַנט זײ צו געבן.
16אָבער זײ אַזױ װי אונדזערע עלטערן האָבן געמוטװיליקט און האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דײַנע געבאָט, 17און נישט געװאָלט געהאָרכן, און זײ האָבן נישט געדאַכט אָן דײַנע װוּנדער װאָס דו האָסט מיט זײ געטאָן; נאָר זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און געמאַכט אַ הױפּטמאַן זיך אומצוקערן צו זײער קנעכטשאַפֿט אין זײער װידערשפּעניקײט. אָבער דו ביסט אֱלוֹהַּ פֿון פֿאַרגעבונג, לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן[4] און רײַך אין גענאָד, און האָסט זײ נישט פֿאַרלאָזן. 18אַפֿילו אַז זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב, און זײ האָבן געזאָגט: דאָס איז דײַן ג-ט װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, און זײ האָבן באַגאַנגען גרױסע לעסטערונגען, 19האָסטו פֿון דעסט װעגן אין דײַן גרױס דערבאַרעמונג זײ נישט פֿאַרלאָזן אין דער מדבר; דער זײַל פֿון װאָלקן האָט זיך נישט אָפּגעטאָן פֿון זײ בײַ טאָג, כּדי זײ צו פֿירן אױפֿן װעג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי זײ צו לײַכטן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן. 20און דײַן גוטן רוּחַ הקדש האָסטו געגעבן, זײ צו קליגן, און דײַן מַן האָסטו נישט פֿאַרמיטן פֿון זײער מױל, און װאַסער האָסטו זײ געגעבן פֿאַר זײער דאָרשט. 21און פֿערציק יאָר האָסטו זײ אױסגעהאַלטן אין דער מדבר; גאָרנישט האָט זײ געפֿעלט; זײערע קלײדער זײַנען נישט אָפּגעטראָגן געװאָרן, און זײערע פֿיס זײַנען נישט אױפֿגעלאָפֿן.
22און האָסט זײ געגעבן קיניגרײַכן און פֿעלקער, און האָסט זײ אױסגעטײלט לױט גרענעצן; און זײ האָבן געאַרבט דאָס לאַנד פֿון סיחונען – דאָס לאַנד פֿון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן. 23און זײערע קינדער האָסטו געמערט אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און האָסט זײ געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס דו האָסט געהײסן זײערע עלטערן קומען אַרבן. 24און די קינדער זײַנען געקומען, און האָבן געאַרבט דאָס לאַנד, און דו האָסט אונטערטעניק געמאַכט פֿאַר זײ די באַװױנער פֿון לאַנד, די כּנַעֲנים, און האָסט זײ געגעבן אין זײער האַנט, מיט זײערע מלכים און די פֿעלקער פֿון לאַנד, צו טאָן מיט זײ לױט זײער װילן. 25און זײ האָבן באַצװוּנגען באַפֿעסטיקטע שטעט און פֿעטע ערד, און האָבן געאַרבט הײַזער פֿול מיט כָּל-טובֿ, ברונעמער אױסגעהאַקטע, װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער, און בײמער צום עסן לרובֿ; און זײ האָבן געגעסן און זײַנען זאַט און פֿעט געװאָרן, און האָבן זיך װױל געטאָן מיט דײַן גרױס גוטס.
26און זײ האָבן װידערשפּעניקט און זיך געשטעלט אַקעגן דיר, און זײ האָבן אַװעקגעװאָרפֿן דײַן תּורה הינטער זײער רוקן, און האָבן געהרגעט דײַנע נבֿיאים װאָס האָבן זײ געװאָרנט, כּדי זײ אומצוקערן צו דיר, און זײ האָבן באַגאַנגען גרױסע לעסטערונגען. 27און דו האָסט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע דריקער, און זײ האָבן זײ געדריקט. און אין דער צײַט פֿון זײער נױט פֿלעגן זײ שרײַען צו דיר, און דו פֿון הימל פֿלעגסט זײ צוהערן, און לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג פֿלעגסטו זײ געבן העלפֿער װאָס זאָלן זײ העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון זײערע דריקער. 28אָבער װי זײ איז באַרוט געװאָרן, פֿלעגן זײ װידער שלעכטס טאָן פֿאַר דיר; און דו האָסט זײ איבערגעלאָזן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ האָבן געװעלטיקט איבער זײ; און זײ האָבן װידער געשריען צו דיר, און דו פֿון הימל פֿלעגסט צוהערן און זײ מציל זײַן לױט דײַן דערבאַרעמונג פֿיל מאָל. 29און האָסט זײ געװאָרנט, כּדי זײ אומצוקערן צו דײַן תּורה, אָבער זײ האָבן געמוטװיליקט, און האָבן נישט צוגעהערט צו דײַנע געבאָט, נאָר געזינדיקט אַקעגן דײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און זײ האָבן געקערט אַ װידערשפּעניקן רוקן, און האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און נישט צוגעהערט. 30און האָסט זײ אָפּגעצױגן פֿיל יאָרן, און האָסט זײ געװאָרנט מיט דײַן גײַסט דורך דײַנע נבֿיאים, אָבער זײ האָבן נישט צוגעלײגט דאָס אױער; און דו האָסט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער. 31אָבער אין דײַן גרױס דערבאַרעמונג האָסטו נישט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג, און האָסט זײ נישט פֿאַרלאָזן, װאָרעם אַן אֵל אַ לײַטזעליקער און אַ דערבאַרעמדיקער ביסטו.
32און אַצונד, אלוקינו, דער גרױסער, שטאַרקער, און פֿאָרכטיקער אֵל, װאָס היט דעם ברית און די גענאָד, זאָל נישט װינציק זײַן פֿאַר דיר אַל די מאַטערניש װאָס האָט געטראָפֿן אונדז, אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, און אונדזערע כּהנים, און אונדזערע נבֿיאים, און אונדזערע עלטערן, און דײַן גאַנצן פֿאָלק, פֿון די טעג פֿון די מלכים פֿון אשור אָן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 33יאָ, דו ביסט גערעכט אין אַלץ װאָס איז געקומען אױף אונדז, װאָרעם דו האָסט געטאָן װאָרהאַפֿטיק, און מיר האָבן שלעכטס געטאָן. 34און אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, אונדזערע כּהנים, און אונדזערע עלטערן, האָבן נישט געטאָן דײַן תּורה, און נישט פֿאַרנומען דײַנע געבאָט, און דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}[5] װאָס דו האָסט זײ אָנגעזאָגט. 35װאָרעם אַז זײ זײַנען געװען אין זײער מלוכה, און אין דײַן גרױסן גוטס װאָס דו האָסט זײ געגעבן, און אין דעם ברײטן און פֿעטן לאַנד װאָס דו האָסט איבערגעגעבן צו זײ, האָבן זײ דיר נישט געדינט, און זײ האָבן זיך נישט אומגעקערט פֿון זײערע שלעכטע מעשׂים. 36אָט זײַנען מיר הײַנט קנעכט, און דאָס לאַנד װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע עלטערן, צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס, אָט זײַנען מיר קנעכט דערױף; 37און זי מערט איר תּבֿואה פֿאַר די מלכים װאָס דו האָסט געגעבן איבער אונדז פֿאַר אונדזערע זינד; און זײ געװעלטיקן איבער אונדזערע לײַבער, און איבער אונדזערע בהמות, לױט זײער װילן, און מיר זײַנען אין גרױס נױט.