AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 20
◄ Ezekiel 19
Ezekiel 20
יחֶזקֵאל 20
Ezekiel 21 ►

1און עס איז געװען אין זיבעטן יאָר, אין פֿינפֿטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל צו פֿרעגן בײַ ה׳, און זײ זײַנען געזעסן פֿאַר מיר. 2און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 3מענטשנקינד, רעד צו די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פֿרעגן בײַ מיר זײַט איר געקומען? אַזױ װי איך לעב, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 4װילסטו זײ משפּטן? װילסטו משפּטן, מענטשנקינד? לאָז זײ װיסן די אומװערדיקײטן פֿון זײערע עלטערן. 5און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין דעם טאָג װאָס איך האָב אױסדערװײלט יִשׂרָאֵל, און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און האָב זיך געלאָזט דערקענען צו זײ אין לאַנד מִצרַיִם, האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, אַזױ צו זאָגן: איך בין ה׳ אלוקיכם. 6אין יענעם טאָג האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם אין אַ לאַנד װאָס איך האָב אױסגעזוכט פֿאַר זײ, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער. 7און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאַרפֿט אַװעק איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײַנע אױגן, און מיט די אָפּגעטער פֿון מִצרַיִם זאָלט איר אײַך נישט פֿאַראומרײניקן; איך בין ה׳ אלוקיכם. 8אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר, און זײ האָבן נישט געװאָלט צוהערן צו מיר; זײ האָבן נישט אַװעקגעװאָרפֿן איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײערע אױגן, און די אָפּגעטער פֿון מִצרַיִם האָבן זײ נישט פֿאַרלאָזן.

און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין לאַנד מִצרַיִם. 9אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען געװען צװישן זײ, װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זיך געלאָזט דערקענען צו זײ, זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם. 10און איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און האָב זײ געבראַכט אין דער מדבר. 11און איך האָב זײ געגעבן מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זײ געלאָזט װיסן, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ. 12און אױך מײַנע שבֿטים האָב איך זײ געגעבן, צו זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן זײ, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך ה׳ הײליק זײ. 13אָבער דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר אין דער מדבר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ נישט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט ביז גאָר.

און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ אין דער מדבר, כּדי זײ צו פֿאַרלענדן. 14אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿאַר זײערע אױגן. 15נאָר איך האָב אױך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ נישט צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער; 16װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים, אין זײ זײַנען זײ נישט געגאַנגען, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; נײַערט נאָך זײערע אָפּגעטער איז געגאַנגען זײער האַרץ. 17אָבער מײַן אױג האָט זײ געשױנט, זײ נישט אומצוברענגען, און איך האָב נישט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג אין דער מדבר.

18און איך האָב געזאָגט צו זײערע קינדער אין דער מדבר: אין די חוקים פֿון אײַערע עלטערן זאָלט איר נישט גײן, און זײערע געזעצן זאָלט איר נישט היטן, און מיט זײערע אָפּגעטער זאָלט איר אײַך נישט פֿאַראומרײניקן. 19איך ה׳ בין אלוקיכם; אין מײַנע חוקים גײט, און מײַנע געזעצן היט, און טוט זײ. 20און מײַנע שבֿטים האַלט הײליק, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן אײַך, כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך ה׳ בין אלוקיכם. 21אָבער די קינדער האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ נישט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ נישט געהיט זײ צו טאָן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט.

און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין דער מדבר. 22אָבער איך האָב אומגעקערט מײַן האַנט, און איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זײ אַרױסגעצױגן. 23הגם איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ צו פֿאַרשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און זײ צו צעװאַרפֿן אין די לענדער; 24װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ נישט געטאָן, און מײַנע חוקים האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט, און נאָך די אָפּגעטער פֿון זײערע עלטערן זײַנען געװען זײערע אױגן. 25און איך אױך האָב זײ געגעבן חוקים נישט גוטע, און געזעצן װאָס זײ זאָלן נישט קענען לעבן דורך זײ; 26און איך האָב זײ געלאָזט זיך פֿאַראומרײניקן מיט זײערע אָפּפֿערגעשאַנקען, מיט אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט; כּדי איך זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך בין ה׳.

27דערום רעד צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דערמיט אױך האָבן אײַערע עלטערן מיך געלעסטערט, װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן מיר. 28װאָרעם אַז איך האָב זײ געבראַכט אין דאָס לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ עס צו געבן, איז װוּ נאָר זײ האָבן געזען אַ הױך בערגל, און װוּ נאָר אַ געדיכטן בױם, האָבן זײ דאָרטן געשלאַכט זײערע שלאַכטאָפּפֿער, און זײ האָבן דאָרטן געבראַכט די דערצערענונג פֿון זײער קָרבָּן, און דאָרטן געמאַכט זײער געשמאַקן רֵיח, און דאָרטן געגאָסן זײערע גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}. 29און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס באַטײַט די בָמָה? – װאָס איר מאַכט זיך נאַריש דאָרטן; דערום רופֿט מען איר נאָמען בָמָה ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

30דערום זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: איר פֿאַראומרײניקט אײַך אױף דעם שטײגער פֿון אײַערע עלטערן, און נאָך זײערע אומװערדיקײטן זײַט איר פֿאַרפֿירט, 31און אַז איר ברענגט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, אַז איר מאַכט דורכגײן אײַערע קינדער דורכן פֿײַער, פֿאַראומרײניקט איר אײַך מיט אַלע אײַערע אָפּגעטער ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איך זאָל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! 32און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען װעט קײן מאָל נישט זײַן; װאָס איר זאָגט: מיר װעלן זײַן אַזױ װי די אומות, אַזױ װי די משפּחות פֿון די לענדער, צו דינען האָלץ און שטײן.

33אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב נישט מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,[1] און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן, װעל איך קיניגן אױף אײַך! 34און איך װעל אײַך אַרױסציען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, װאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ, מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן. 35און איך װעל אײַך ברענגען צום מדבר פֿון די פֿעלקער, און װעל זיך משפּטן מיט אײַך, פּנים אֶל פּנים. 36אַזױ װי איך האָב זיך געמשפּט מיט אײַערע עלטערן אין מדבר פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ װעל איך זיך משפּטן מיט אײַך, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 37און איך װעל אײַך מאַכן דורכגײן אונטער דער רוט, און װעל אײַך ברענגען אין דער פֿאַרקניפּונג פֿון ברית. 38און איך װעל אױסרײניקן פֿון אײַך די װידערשפּעניקער, און די װאָס ברעכן אָן מיר; פֿון דעם לאַנד פֿון זײער פֿרעמדשאַפֿט װעל איך זײ אַרױסציען, אָבער אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זײ נישט קומען; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.

39און איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: גײט דינט איטלעכער זײַנע אָפּגעטער, אַזױ װי איר װילט נישט צוהערן צו מיר; אָבער מײַן הײליקן נאָמען זאָלט איר מער נישט פֿאַרשװעכן מיט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, און מיט אײַערע אָפּגעטער.

40װאָרעם אױף מײַן הײליקן באַרג, אױף דעם הױכן באַרג פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, דאָרטן װעט דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל אין גאַנצן מיר דינען אין לאַנד; דאָרטן װעל איך זײ באַװיליקן, און דאָרטן װעל איך פֿאַרלאַנגען אײַערע אָפּשײדונגען, און אײַערע ערשטגאָבן, מיט אַלע אײַערע געהײליקטע זאַכן. 41דורך אַ געשמאַקן רֵיח װעל איך אײַך באַװיליקן, װען איך צי אײַך אַרױס פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדער װאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ; און איך װעל געהײליקט װערן דורך אײַך אין די אױגן פֿון די אומות. 42און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך ברענג אײַך אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אײַערע עלטערן. 43און איר װעט דאָרטן דערמאָנען אײַערע װעגן, און אַלע אײַערע מעשׂים, װאָס איר האָט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײ, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן פֿון װעגן אַלע אײַערע בײזן װאָס איר האָט געטאָן. 44און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך טו מיט אײַך פֿון מײַן נאָמען װעגן, נישט לױט אײַערע שלעכטע װעגן, און לױט אײַערע פֿאַרדאָרבענע מעשׂים, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 19Ezekiel 21 ►