1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2שטעל זיך אין טױער פֿון ה׳ס הױז, און זאָלסט אױסרופֿן דאָרטן דאָס דאָזיקע װאָרט, און זאָגן: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, גאַנץ יהוּדה, װאָס קומט אין די דאָזיקע טױערן זיך צו בוקן צו ה׳. 3אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת אלוקי יִשׂרָאֵל: בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים, און איך װעל אײַך לאָזן רוען אין דעם דאָזיקן אָרט. 4איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף די װערטער פֿון ליגן, אַזױ צו זאָגן: דער הֵיכל פֿון ה׳, דער הֵיכל פֿון ה׳, דער הֵיכל פֿון ה׳ איז דאָס.
5נײַערט, אױב בעסערן װעט איר בעסערן אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים; אױב טאָן װעט איר טאָן גערעכטיקײט צװישן איטלעכן און זײַן חבֿר, 6דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און די אַלמנה װעט איר נישט דריקן, און אומשולדיק בלוט װעט איר נישט פֿאַרגיסן אין דעם דאָזיקן אָרט, און נאָך פֿרעמדע ג‑טער װעט איר נישט גײן, צו אײַער אײגענער רעה, 7װעל איך אײַך לאָזן רוען אין דעם דאָזיקן אָרט, אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אײַערע עלטערן פֿון אײביק און ביז אײביק.
8זעט, איר פֿאַרזיכערט אײַך אױף װערטער פֿון ליגן אָן אַ נוץ. 9װילט איר גנבֿען, טײטן, און נוֹאפֿן, און שװערן פֿאַלש, און רײכערן צו בַעַל, און גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, װאָס איר קענט נישט, 10און קומען און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן הױז, װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, און זאָגן: מיר זײַנען געראַטעװעט! כּדי צו טאָן אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן! 11איז אַ הײל פֿון רױבער געװאָרן אין אײַערע אױגן דאָס דאָזיקע הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים? אָבער איך זעט, האָב צוגעקוקט, זאָגט ה׳. 12װאָרעם גײט אַקאָרשט צו מײַן אָרט װאָס אין שילוֹ, װאָס איך האָב געמאַכט רוען מײַן נאָמען דאָרטן צוערשט, און זעט װאָס איך האָב געטאָן צו אים, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 13און אַצונד, װײַל איר טוט אַלע די דאָזיקע מעשׂים, זאָגט ה׳, און איך האָב צו אײַך גערעדט, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט, און איר האָט נישט צוגעהערט, און איך האָב אײַך גערופֿן, און איר האָט נישט געענטפֿערט – 14דערום װעל איך טאָן צו דעם הױז, װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װאָס איר פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים, װאָס איר פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים, און צו דעם אָרט װאָס איך האָב געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן, אַזױ װי איך האָב געטאָן צו שילוֹ. 15און איך װעל אײַך אַװעקװאַרפֿן פֿון פֿאַר מײַן פּנים, אַזױ װי איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן אַלע אײַערע ברידער, דעם גאַנצן זאָמען פֿון אפֿרים.
16און דו, זאָלסט נישט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און נישט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ, און זיך נישט שתּדלן בײַ מיר, װאָרעם איך הער דיך נישט צו. 17זעסטו נישט װאָס זײ טוען אין די שטעט פֿון יהוּדה און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם? 18Iדי קינדער קלײַבן האָלץ, און די פֿאָטערס צינדן אָן דאָס פֿײַער, און די װײַבער קנעטן טײג צו מאַכן קוכנס צו דער מלכּה פֿון הימל, און זײ גיסן גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ} צו פֿרעמדע ג‑טער, כּדי מיך צו דערצערנען. 19אָבער טוען זײ דען מיר דערצערנען, זאָגט ה׳, צי נישט זיך אַלײן, צו דער שאַנד פֿון זײער פּנים? 20דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, מײַן כּעס[1] און מײַן גרימצאָרן גיסט זיך אױס אױף דעם דאָזיקן אָרט, אױף מענטשן, און אױף בהמות, און אױף דעם בױם פֿון פֿעלד, און אױף דער פֿרוכט פֿון דער ערד, און ער װעט ברענען און נישט פֿאַרלאָשן װערן.
21אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: לײגט צו אײַערע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, און עסט זיך אָן מיט פֿלײש. 22װאָרעם איך האָב נישט גערעדט מיט אײַערע עלטערן, און האָב זײ נישט באַפֿױלן, אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, װעגן אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער. 23נאָר בלױז דאָס דאָזיקע װאָרט האָב איך זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קֹול, און איך װעל אײַך זײַן צום אלֹקים, און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק; און איר זאָלט גײן אין אַל דעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך, כּדי אײַך זאָל גוט זײַן. 24אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט, און נישט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ זײַנען געגאַנגען אין די עצות, אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער בײזן האַרצן, און זײַנען געװען אַהינטער און נישט פֿאַרױס, 25פֿון דעם טאָג װאָס אײַערע עלטערן זײַנען אַרױס פֿון לאַנד מִצרַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג; און איך האָב געשיקט צו אײַך אַלע מײַנע קנעכט די נבֿיאים, טאָגטעגלעך, נאָכאַנאַנד געשיקט, 26אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו מיר, און נישט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן; זײ האָבן געטאָן ערגער פֿון זײערע עלטערן.
27און װעסט רעדן צו זײ די אַלע װערטער, אָבער זײ װעלן נישט צוהערן צו דיר, און װעסט רופֿן צו זײ, אָבער זײ װעלן דיר נישט ענטפֿערן. 28זאָלסטו זאָגן צו זײ: דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס האָט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ זײער ג-ט, און נישט גענומען קײן מוסר[2]; אונטערגעגאַנגען איז דער אמת, און פֿאַרשניטן {כרת}[3] פֿון זײער מױל.
30װאָרעם די קינדער פֿון יהוּדה האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, זאָגט ה׳; זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, עס צו פֿאַראומרײניקן. 31און זײ האָבן געבױט די בָמות פֿון תּוֹפֶת װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנוֹם, צו פֿאַרברענען זײערע זין און זײערע טעכטער אין פֿײַער, װאָס נישט איך האָב באַפֿױלן, און נישט עס איז אױף מײַן זינען אַרױפֿגעקומען. 32דערום זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און עס װעט מער נישט געזאָגט װערן תּוֹפֶת און טאָל פֿון בן-הִנוֹם, נײַערט טאָל פֿון טײטונג, און מע װעט באַגראָבן אין תּוֹפֶת, װײַל מער קײן אָרט װעט נישט זײַן. 33און די טױטע לײַבער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד, און קײנער װעט זײ נישט אָפּשרעקן. 34און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון די שטעט פֿון יהוּדה, און פֿון די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, דעם קֹול פֿון לוסטיקײט און דעם קֹול פֿון פֿרײד, דעם קֹול פֿון אַ חתן און דעם קֹול פֿון אַ כּלה, װאָרעם צו װיסטעניש װעט װערן דאָס לאַנד.