AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 18
◄ Jeremiah 17
Jeremiah 18
יִרְמְיָה 18
Jeremiah 19 ►

1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2שטײ אױף, און זאָלסט אַראָפּנידערן צום הױז פֿון דעם טעפּער, און דאָרטן װעל איך דיך מאַכן הערן מײַנע װערטער. 3האָב איך אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון דעם טעפּער, ערשט ער מאַכט אַרבעט אױפֿן װערקשטײן. 4און אַז די כּלי װאָס ער האָט געמאַכט פֿון לײם איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן אין דער האַנט פֿון דעם טעפּער, האָט ער זי איבערגעמאַכט אין אַן אַנדער כּלי, אַזױ װי עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דעם טעפּער צו מאַכן.

5איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן: 6קען איך דען נישט טאָן מיט אײַך אַזױ װי דער דאָזיקער טעפּער, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל? זאָגט ה׳. זעט, װי לײם אין דער האַנט פֿון דעם טעפּער, זײַט איר אין מײַן האַנט, הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 7אײן רגע רעד איך אױף אַ פֿאָלק און אױף אַ קיניגרײַך, אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן און אונטערצוברענגען; 8אָבער אַז דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב אױף אים גערעדט, קערט זיך אום פֿון זײַן שלעכטיקײט, האָב איך חרטה אױף דעם בײז װאָס איך האָב געטראַכט אים צו טאָן. 9און אײן רגע רעד איך אױף אַ פֿאָלק און אױף אַ קיניגרײַך, צו בױען און צו פֿלאַנצן; 10אָבער אַז עס טוט װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, נישט צוצוהערן מײַן קֹול, האָב איך חרטה אױף דעם גוטס װאָס איך האָב געזאָגט אים צו באַגיטיקן. 11און אַצונד זאָג אַקאָרשט צו די מענער פֿון יהוּדה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זעט, איך באַשאַף אױף אײַך אַן אומגליק, און טראַכט אױף אײַך אַ טראַכטונג; קערט אײַך אום פֿאָרט איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים.

12אָבער זײ זאָגן: אומזיסט! נײַערט נאָך אונדזערע געדאַנקען װעלן מיר גײן, און איטלעכער לױט דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן בײזן האַרצן װעלן מיר טאָן.

13דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
פֿרעגט אַקאָרשט בײַ די פֿעלקער,
װער האָט אַזױנס געהערט?
שױדערהאַפֿטיקס ביז גאָר האָט באַגאַנגען די יונגפֿרױ יִשׂרָאֵל.
14װערט פֿון דעם שטײן (פֿעלזן) פֿון פֿעלד
דער שנײ דעם לבֿנוֹן פֿאַרלאָזן?
אָדער װערן פֿאַרטריקנט שטורעמדיקע,
קאַלטע, פֿליסנדיקע װאַסערן?
15װאָרעם מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרגעסן אָן מיר,
צו נישטיקײט רײכערן זײ,
און מע האָט זײ געמאַכט שטרױכלען אין זײערע װעגן –
די אײביקע שטעגן,
כּדי צו גײן אױף בײַשטעגן,
אױף אַ װעג נישט אױסגעטרעטן.
16כּדי צו מאַכן זײער לאַנד פֿאַר אַ שרעק,
פֿאַר אַן אײביקער שמוצערונג אַ פֿײַפֿן,
איטלעכער װאָס װעט פֿאַר איר פֿאַרבײַגײן װעט דערשטױנען,
און װעט שאָקלען מיט זײַן קאָפּ,
17װי מיט אַ מזרח-װינט
װעל איך זײ צעשפּרײטן פֿאַר דעם פֿײַנט;
זײער רוקן און נישט זײער פּנים װעל איך זען,
אין טאָג פֿון זײער בראָך.

18יאָ, זײ האָבן געזאָגט: קומט לאָמיר אױסטראַכטן תּכבולות קעגן יִרמיָהון; װאָרעם די תּורה װעט נישט אונטערגײן פֿון דעם כּהן, און די עטש פֿון דעם חכם, און דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא. קומט און לאָמיר אים שלאָגן מיט דער צונג, און נישט פֿאַרנעמען אַלע זײַנע רײד.

19פֿאַרנעם צו מיר, ה׳,
און הערן צו דעם קֹול פֿון מײַנע קריגער.
20זאָל פֿאַר אַ טובֿה אַ רעה באַצאָלט װערן?
װאָרעם זײ האָבן געגראָבן אַ גרוב פֿאַר מײַן לעבן.
געדענק מײַן שטײן פֿאַר דיר, צו רעדן גוטס אױף זײ,
אָפּצוקערן דײַן גרימצאָרן פֿון זײ.
21דערום גיב זײערע קינדער צום הונגער,
און שלײַדער זײ אין דער מאַכט פֿון שװערד;
און זאָלן זײערע װײַבער בלײַבן אָן קינדער, און אַלמנות,
און זײערע מענער זאָלן זײַן הרוגים פֿון פּעסט,
זײערע בכוֹרים, דערשלאָגן פֿון שװערד אין מלחמה.
22זאָל זיך הערן אַ געשרײ פֿון זײערע הײַזער,
װען דו װעסט ברענגען אױף זײ פּלוצעם אַ מחנה;
װאָרעם זײ האָבן געגראָבן אַ גרוב מיך צו פֿאַנגען,
און נעצן באַהאַלטן פֿאַר מײַנע פֿיס.
23און דו, ה׳, װײסט
זײער גאַנצן באַראָט מיך צו טײטן;
נישט פֿאַרגעבן זאָלסטו זײער פֿאַרברעך,
און נישט פֿאַרמעקן זאָלסטו זײער זינד פֿון פֿאַר דיר,
און זאָלן זײ געשטרױכלט װערן פֿאַר דיר;
אין צײַט פֿון דײַן צאָרן[1] רעכן זיך מיט זײ.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 17Jeremiah 19 ►