AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 33
◄ Ezekiel 32
Ezekiel 33
יחֶזקֵאל 33
Ezekiel 34 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, רעד צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איך ברענג אַ שװערד אױף אַ לאַנד, און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד נעמט אַ מאַן פֿון צװישן זיך, און זײ מאַכן אים פֿאַר זײער װעכטער, 3און ער זעט די שװערד קומען אױפֿן לאַנד, און ער בלאָזט אין שופֿר, און װאָרנט דאָס פֿאָלק, 4און דער הערער הערט דעם קֹול פֿון שופֿר, און ער לאָזט זיך נישט װאָרענען, און די שװערד קומט, און נעמט אים צו, װעט זײַן בלוט זײַן אױף זײַן קאָפּ. 5דעם קֹול פֿון שופֿר האָט ער געהערט, און ער לאָזט זיך נישט װאָרענען, װעט זײַן בלוט זײַן אױף אים; װאָרעם אַז ער לאָזט זיך װאָרענען, װאָלט ער זײַן נפֿש געראַטעװעט. 6אָבער אַז דער װעכטער זעט די שװערד קומען, און ער בלאָזט נישט אין שופֿר, און פֿאָלק װערט נישט געװאָרנט, און די שװערד קומט, און נעמט צו פֿון זײ אַ נפֿש, איז ער צוגענומען געװאָרן פֿאַר זײַנע זינד, אָבער זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דעם װעכטערס האַנט.

7און דו מענטשנקינד, אַ װעכטער האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אַז װען דו װעסט הערן פֿון מײַן מױל אַ װאָרט, זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מיר. 8אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: דו שלעכטער, שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט נישט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון זײַן װעג, װעט ער, דער שלעכטער, שטאַרבן פֿאַר זײַנע זינד, און זײַן בלוט װעל איך פֿון דײַן האַנט מאָנען. 9אָבער אַז דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן פֿון זײַן װעג, זיך אומצוקערן פֿון אים, און ער האָט זיך נישט אומגעקערט פֿון זײַן װעג, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַנע זינד, און דו האָסט דײַן נפֿש מציל געװען.

10און דו מענטשנקינד, זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: איר זאָגט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, אונדזערע פֿאַרברעכן און אונדזערע זינד זײַנען אױף אונדז, און דורך זײ גײען מיר אײַן, און װי קענען מיר לעבן? 11זאָג צו זײ: אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב איך באַגער דעם טױט פֿון דעם שלעכטן, נײַערט אַז דער שלעכטער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַן װעג, און לעבן! קערט אײַך אום, קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן; און נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל?

12און דו מענטשנקינד, זאָג צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק: די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן װעט אים נישט מציל זײַן אין טאָג פֿון זײַן פֿאַרברעך, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן, דורך איר װעט ער נישט געשטרױכלט װערן אין דעם טאָג װאָס ער קערט זיך אום פֿון זײַן שלעכטיקײט; און דער װאָס איז אַ גערעכטער, קען דערפֿאַר נישט בלײַבן לעבן אין דעם טאָג װאָס ער זינדיקט. 13אַז איך זאָג אױף דעם גערעכטן: לעבן װעט ער לעבן, און ער פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, װעלן אַלע זײַנע גערעכטיקײטן נישט דערמאָנט װערן, און פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, דערפֿאַר װעט ער שטאַרבן. 14און אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, און ער קערט זיך אום פֿון זײַנע זינד, און טוט רעכט און גערעכטיקײט; 15אַז דעם משכּון קערט דער שלעכטער אום, די גזלה באַצאָלט ער, אין די געזעצן פֿון לעבן גײט ער, נישט צו טאָן קײן אומרעכט – װעט ער געװיס לעבן, ער װעט נישט שטאַרבן. 16אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, װעלן אים נישט דערמאָנט װערן; רעכט און גערעכטיקײט טוט ער, לעבן װעט ער לעבן.

17און די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק זאָגן: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי, װען זײער אײגענער װעג איז נישט ריכטיק. 18אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער שטאַרבן דערפֿאַר. 19און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער דערפֿאַר לעבן. 20און איר זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי; איטלעכן לױט זײַנע װעגן משפּט איך אײַך, הױז פֿון יִשׂרָאֵל.

21און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אונדזער גלות, אין צענטן חודש, איז געקומען צו מיר אַן אַנטרונענער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן. 22און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען אױף מיר אין אָװנט אײדער דער אַנטרונענער איז אָנגעקומען; און ער האָט געעפֿנט מײַן מױל אײדער ער איז אָנגעקומען צו מיר אין דער פֿרי; און מײַן מױל איז געבליבן אָפֿן, און איך בין מער נישט שטום געװען.

23און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 24מענטשנקינד, די װאָס זיצן אין די דאָזיקע חורבֿות אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגן, אַזױ צו זאָגן: אײנער איז געװען אבֿרהם, און ער האָט געאַרבט דאָס לאַנד, און מיר זײַנען פֿיל, איז אונדז דאָס לאַנד אַװדאי געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה. 25דערום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: מיטן בלוט עסט איר, און אײַערע אױגן הײבט איר אױף צו אײַערע אָפּגעטער, און בלוט פֿאַרגיסט איר, און דאָס לאַנד װילט איר יַרשען? 26איר זײַט געשטאַנען אױף אײַער שװערד, איר האָט געטאָן אומװערדיקײט, און אײנער דעם אַנדערנס װײַב האָט איר פֿאַראומרײניקט, און דאָס לאַנד װילט איר יַרשען? 27אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַזױ װי איך לעב, אַז די װאָס אין די חורבֿות װעלן דורכן שװערד פֿאַלן, און דער װאָס אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אים גיב איך צו די חיות, אים צו פֿאַרצערן, און די װאָס אין די פֿעסטונגען און אין די הײלן װעלן פֿון פּעסט אױסשטאַרבן. 28און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש, און פֿאַרשטערט װערן װעט איר שטאָלצע מאַכט, און די בערג פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זײַן װיסט אָן אַ דורכגײער. 29און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך מאַך דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש, פֿאַר אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן.

30און דו מענטשנקינד, די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק רעדן פֿון דיר, ביז די װענט, און אין די אײַנגאַנגען פֿון די הײַזער, און אײנער רעדט מיטן אַנדערן, איטלעכער מיט זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קומט אַקאָרשט, און הערט, װאָס איז דאָס װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון ה׳; 31און זײ קומען צו דיר װי אַ צונױפֿקום פֿון פֿאָלק; און זײ זיצן פֿאַר דיר, װי כּלומרשט מײַן פֿאָלק, און זײ הערן צו דײַנע װערטער, אָבער זײ טוען זײ נישט; װאָרעם מיט זײער מױל װײַזן זײ ליבשאַפֿט, בעת נאָך זײער גײַציקײט גײט זײער האַרץ. 32און זע, ביסט בײַ זײ װי אַ ליבעלידל פֿון אײנעם װאָס האָט אַ שײן קֹול, און שפּילט גוט; און זײ הערן צו דײַנע װערטער, אָבער זײ טוען זײ נישט. 33אָבער װען עס קומט – זע, עס קומט – װעלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.

Brit Chadasha FootnoteActs 18 →

1נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט. 2און האט געפונען א געוויסן יידן מיטן נאמען אקווילא, געבוירן אין פאנטוס, נאר וואס אנגעקומען פון איטאליען, מיט פריסקילא זיין פרוי, צוליב דעם, וואס קלוידיוס האט באפוילן, אז אלע יידן זאלן פארלאזן רוים; און ער איז געגאנגען צו זיי. 3און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה. 4און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.

5ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח. 6ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם. 7און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז פון א געוויסן (מאן), מיטן נאמען טיציוס יוסטוס, א יראת שמימדיקער (גר), וועמעס הויז איז געווען ביי דער שול. 8קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה. 9און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט; 10ווייל איך בין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אנרירן, דיר שלעכטס צו טאן; מחמת איך האב א גרויס פאלק אין דער דאזיקער שטאט. 11און ער האט (דארטן) זיך אויפגעהאלטן א יאר מיט זעקס חדשים, לערנענדיק צווישן זיי דאס ווארט פון ה׳.

12ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט, 13און געזאגט: דער דאזיקער מאן רעדט איבער די מענטשן צו דינען ה׳ להיפך דער תורה. 14און ווי פוילוס האט געוואלט אויפעפענען זיין מויל, האט גאליאן געזאגט צו די יידן; אויב עס וואלט טאקע געווען עפעס אן עוולה אדער א בייזע געמיינהייט, יידן, פארשטייט זיך, אז איך וואלט געווען געדולדיק מיט אייך; 15אויב אבער עס זענען שאלות וועגן ווערטער און נעמען אין דער תורה אייערער, זעט איר אליין דערצו; קיין שופט פון די דאזיקע זאכן וויל איך נישט זיין. 16און האט זיי פארטריבן פון דער כסא המשפט. 17און אלע האבן געכאפט סאסטענעסן, דעם גבאי פון שול, און אים געשלאגן פאר דער כסא המשפט; און גאליאן האט זיך נישט אנגענומען (פון דער אנטיסעמיטיזם).

18און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר. 19און זיי זענען געקומען קיין עפעזוס, און ער האט זיי דארטן איבערגעלאזט; אליין אבער איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט גערעדט צו די יידן. 20און ווען זיי האבן אים געבעטן צו בלייבן אויף א לענגערער צייט, האט ער נישט איינגעשטימט; 21נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס. 22און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען. 23און נאך דעם ווי ער האט (דארטן) פארברענגט א געוויסע צייט, איז ער אוועק, און איז דורכגעגאנגען כסדר די געגנט פון גאלאטיען און פריגיען, שטארקנדיק אלע תלמידים.

24און א געוויסער ייד, מיטן נאמען אפאלאס, געבוירן אין אלעקסאנדריען, א געלערנטער מאן, מעכטיק אין די כתבי (הקודש), איז געקומען קיין עפעזוס. 25דער דאזיקער איז געווען געלערנט אין דעם דרך ה׳; און זייענדיק אייפערדיק אין גייסט, האט ער גערעדט און געלערנט גענוי וואס שייך יהושען/ישוען, הגם ער האט בלויז געקענט די מקווה (פון תשובה) פון יוחנן; 26און האט אנגעהויבן צו רעדן מיט דרייסטקייט אין שול. ווי אבער פריסקילא און אקווילא האבן אים געהערט, האבן זיי אים גענומען צו זיך, און אים נאך גענויער קלאר געמאכט דעם דרך ה׳. 27וועלנדיק אבער גיין קיין אכאיא, האבן די ברידער אים צוגעגעבן מוט, און געשריבן צו די תלמידים, אז מען זאל אים אויפנעמען; און ווען ער איז אהינגעקומען, האט ער פיל געהאלפן די, וואס האבן געגלויבט דורך דעם חסד; 28ווארום מיטן גאנצן כוח האט ער געהאלטן וויכוחים מיט די יידן, אויפווייזנדיק עפנטלעך פון די כתבי (הקודש), אז יהושע/ישוע איז דער משיח.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 32Ezekiel 34 ►