1און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, װאָס דו געפֿינסט, עס, עס די דאָזיקע מגילה, און גײ רעד צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 2האָב איך אױפֿגעעפֿנט מײַן מױל, און ער האָט מיר געגעבן עסן די דאָזיקע מגילה. 3און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דײַן בױך זאָלסטו אָנשפּײַזן, און דײַנע אינגעװײד זאָלסטו אָנפֿילן, מיט דער דאָזיקער מגילה װאָס איך גיב דיר.
און איך האָב געגעסן, און זי איז געװען אין מײַן מױל אַזױ װי האָניק אין זיסקײט.
4און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, גײ קום צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט רעדן מיט מײַנע װערטער צו זײ. 5װאָרעם נישט צו אַ פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַך און אַ שװערער צונג װערסטו געשיקט, נײַערט צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; 6נישט צו פֿעלקער אַ סך מיט אַ טונקעלער שפּראַך און אַ שװערער צונג, װאָס דו פֿאַרשטײסט נישט זײערע װערטער. פֿאַר װאָר, אַז איך װאָלט דיך צו זײ געשיקט, װאָלטן זײ יאָ צוגעהערט צו דיר. 7אָבער דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעלן נישט װעלן צוהערן צו דיר, װאָרעם זײ װילן נישט צוהערן צו מיר; װאָרעם דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָבן האַרטע שטערנס און פֿאַרשײַטע הערצער. 8זע, איך האָב געמאַכט דײַן פּנים האַרט אַקעגן זײער פּנים, און דײַן שטערן האַרט אַקעגן זײער שטערן. 9װי דימענט האַרטער פֿון פֿעלדז, האָב איך געמאַכט דײַן שטערן; זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, און נישט אַנגסטן פֿאַר זײער פּנים; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 10און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, אַלע מײַנע װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר, נעם אַרײַן אין דײַן האַרצן, און מיט דײַנע אױערן הער. 11און גײ קום צו די פֿאַרטריבענע, צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און זאָלסט רעדן צו זײ, און זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳; סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן.
12און דער גײַסט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און איך האָב געהערט הינטער מיר אַ גערױש פֿון אַ גרױס רעש: געלױבט איז די פּראַכט פֿון ה׳ אין זײַן אָרט; 13און דאָס גערױש פֿון די פֿליגלען פֿון די חיות זיך אָנרירנדיק אײנער אָן אַנדערן, און דאָס גערױש פֿון די רעדער באַגלײַך מיט זײ – אַ גערױש פֿון אַ גרױס רעש. 14און דער רוּחַ האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך אַװעקגענומען; און איך בין געגאַנגען אַ פֿאַרביטערטער אין מײַן הײס גײַסט, און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען שטאַרק אױף מיר. 15און איך בין געקומען צו די פֿאַרטריבענע קײן תל-אָבֿיבֿ, װאָס זײַנען געזעסן בײַם טײַך כּבֿר, און איך בין געזעסן װוּ זײ זײַנען געזעסן; און איך בין דאָרטן געזעסן זיבן טעג אַ באַנומענער צװישן זײ.
16און עס איז געװען צום סוף פֿון זיבן טעג, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 17מענטשנקינד, אַ װעכטער האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און אַז דו װעסט הערן פֿון מײַן מױל אַ װאָרט, זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מיר. 18אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט אים נישט געװאָרנט, און נישט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון זײַן שלעכטן װעג, כּדי ער זאָל לעבן, װעט ער, דער שלעכטער, שטאַרבן פֿאַר זײַן זינד, און זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דײַן האַנט. 19אָבער אױב דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן, און ער האָט זיך נישט אומגעקערט פֿון זײַן שלעכטיקײט, און פֿון זײַן שלעכטן װעג, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַן זינד, און דו האָסט מציל געװען דײַן נפֿש. 20און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און ער טוט אומרעכט, װעל איך לײגן אַ שטרױכלונג פֿאַר אים; ער װעט שטאַרבן. װײַל דו האָסט אים נישט געװאָרנט, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַן חטא, און זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן נישט דערמאָנט װערן, און זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דײַן האַנט. 21אָבער אױב דו האָסט אים געװאָרנט, דעם גערעכטן, אַז דער גערעכטער זאָל נישט זינדיקן, און ער האָט נישט געזינדיקט, װעט ער בלײַבן לעבן, װײַל ער האָט זיך געלאָזט װאָרענען, און דו האָסט מציל געװען דײַן נפֿש.
22און די האַנט פֿון ה׳ איז דאָרטן געװען אױף מיר, און ער האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ אַרױס צום טאָל, און דאָרטן װעל איך רעדן מיט דיר. 23בין איך אױפֿגעשטאַנען, און בין אַרױסגעגאַנגען צום טאָל, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ שטײט דאָרטן, אַזױ װי די פּראַכט װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר; און איך בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. 24און דער גײַסט איז אַרײַן אין מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס; און ער האָט מיט מיר גערעדט, און האָט צו מיר געזאָגט: קום פֿאַרשליס זיך אין דײַן הױז. 25און דו מענטשנקינד, זע, מע טוט אַרױף אױף דיר שטריק, און מע װעט דיך בינדן דערמיט, און װעסט נישט אַרױסגײן צװישן זײ. 26און דײַן צונג װעל איך באַהעפֿטן אָן דײַן גומען, כּדי זאָלסט שטום זײַן, און זאָלסט זײ נישט זײַן אַ בַעַל-מוכיח; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 27ערשט װען איך רעד מיט דיר, װעל איך עפֿענען דײַן מױל; און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דער װאָס װיל הערן, זאָל הערן, און דער װאָס װיל פֿאַרװאַרפֿן {חָדֵל}[1], זאָל פֿאַרמײַדן {חָדֵל}; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ.
1און נאך דעם ווי די מהומה האט זיך איינגעשטילט, האט פוילוס געשיקט נאך די תלמידים און גערעדט טרייסטווערטער צו זיי, האט זיך געזעגנט און איז ארויסגעגאנגען צו גיין קיין מאצעדאניען. 2און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד. 3און איז (דארט) פארבלייבן במשך פון דריי חדשים; און היות א פארשווערונג איז געמאכט געווארן פון די יידן קעגן אים, ווען ער האט בדעה געהאט זיך אוועקצושיפן קיין סיריען, האט ער באשלאסן זיך אומצוקערן איבער מאצעדאניען. 4און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען. 5די דאזיקע אבער זענען געגאנגען פארויס, און האבן געווארט אויף אונדז אין טראאס. 6און נאך פסח זענען מיר אוועקגעפארן מיט דער שיף פון פיליפיען, און זענען אין פינף טעג ארום געקומען צו זיי קיין טראאס, וואו מיר זענען פארבלייבן זיבן טעג.
7און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט. 8און עס זענען געווען א סך לאמפן אין דער אויבערשטוב, וואו מיר זענען געווען פארזאמלט. 9און אויפן פענצטער איז געזעסן א געוויסער בחור, מיטן נאמען עווטיכוס, (וועלכער) איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף; און בשעת פוילוס האט נאך אלץ פארצויגן מיט זיין דרשענען, האט דער שלאף אים בייגעקומען, און ער איז אראפגעפאלן פונם דריטן שטאק, און מען האט אים אויפגעהויבן א טויטן. 10פוילוס אבער איז אראפגעגאנגען, און איז ארויפגעפאלן אויף אים, און ארומנעמענדיק אים, האט ער געזאגט: באאומרואיקט זיך נישט, ווארום די נשמה זיינע איז (נאך) אין אים. 11און איז ארויפגעגאנגען, האט געבראכן דאס ברויט, און (אליין) טועם געווען, און נאך לאנג מיט זיי גערעדט, ביז עס איז געווארן שחרית, און אזוי איז ער אוועקגעגאנגען. 12און דאס בחור האט מען געברענגט צופירן א לעבעדיקן, און זיי האבן זיך נישט ווייניק געטרייסט.
13מיר אבער זענען געגאנגען פארויס צו דער שיף, און האבן זיך אוועקגעשיפט קיין אסוס, כדי דארטן אויפצונעמען פוילוסן; ווארום אזוי האט ער באפוילן, ווייל אליין האט ער געוואלט גיין צופוס. 14און ווען ער האט זיך מיט אונדז געטראפן אין אסוס, האבן מיר אים אויפגענומען, און זענען געקומען קיין מיטילענע. 15און ווייטער פארנדיק פון דארטן, זענען מיר דעם נעכסטן טאג אנגעקומען אנטקעגנאיבער כיוס; און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין סאמאס; און דעם פאלגענדיקן טאג זענען מיר געקומען קיין מילעטוס. 16ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות.
17און פון מילעטוס האט ער געשיקט קיין עפעזוס, און געלאזט רופן די זקנים פון דער קהלה. 18און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט:
איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען, 19דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן; 20ווי איך האב גארנישט פארהוילן פון אייך פון דעם, וואס איז נוצלעך, אז איך זאל עס נישט האבן געזאגט צו אייך, און אייך געלערנט, סאי עפנטלעך סאי פון הויז צו הויז, 21עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 22און זע, איצט, געבונדן אינם גייסט, גיי איך קיין ירושלים, נישט וויסנדיק, וואס עס וועט מיך דארטן באגעגענען, 23אחוץ דעם, וואס דער רוח הקודש איז מעיד צו מיר אין יעדער שטאט, אזוי צו זאגן, אז עס ווארטן אויף מיר קייטן און צרות. 24נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד. 25און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳. 26דערפאר בין איך מעיד צו אייך דעם היינטיקן טאג, אז איך בין ריין פון דעם בלוט פון אלע (מענטשן). 27ווארום איך האב מיך נישט צוריקגעהאלטן, אייך נישט אנצוזאגן דעם גאנצן ראט ווילן פון ה׳. 28היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט. 29איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע; 30און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך. 31צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן. 32און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע. 33זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט. 34איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער. 35אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.
36און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער גענייגט זיינע קניען, און מתפלל געווען מיט זיי אלעמען. 37און עס איז געווארן צווישן אלע א שטארק געוויין, און זיי זענען געפאלן פוילוסן אויפן האלדז און האבן אים געקושט, 38זייענדיק שמערצלעך באטריבט, אם מערסטן איבער דעם ווארט, וואס ער האט געזאגט, אז זיי וועלן מער נישט זען זיין פנים—און האבן אים באגלייט צו דער שיף.