1און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, שטעל זיך אױף דײַנע פֿיס, און איך װעל רעדן מיט דיר. 2און דער גײַסט איז אַרײַן אין מיר, װי ער האָט גערעדט צו מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס, און איך האָב געהערט דעם װאָס רעדט צו מיר. 3און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, איך שיק דיך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו די װידערשפּעניקע שבֿטים װאָס האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר; זײ און זײערע עלטערן האָבן געבראָכן אָן מיר אַזש ביז הײַנטיקן טאָג. 4און די קינדער האָבן פֿאַרשײַטע פּנימער און האַרטע הערצער: צו זײ שיק איך דיך, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳; 5און זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן – װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ – זאָלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ. 6און דו מענטשנקינד, זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, און נישט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד, הגם דערנער און שטעכגעװעקס זײַנען אַרום דיר, און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן; פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו נישט מורא האָבן, און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו נישט אַנגסטן; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 7און זאָלסט רעדן מײַנע װערטער צו זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן; װאָרעם לױטער װידערשפּעניקײט זײַנען זײ.
8און דו מענטשנקינד, הער װאָס איך רעד צו דיר; זאָלסט נישט װידערשפּעניק זײַן װי דאָס װידערשפּעניקע געזינדל; מאַך אױף דײַן מױל, און עס װאָס איך גיב דיר. 9און איך האָב אַ קוק געטאָן, ערשט אַ האַנט איז אױסגעשטרעקט צו מיר, און זע, אין איר איז געװען אַ מגילה פֿון אַ בוך. 10און ער האָט זי אױסגעשפּרײט פֿאַר מיר, און זי איז געװען באַשריבן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק, און אױף איר איז געװען אָנגעשריבן קלאָגן און זיפֿצעניש און װײ.