AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Daniel 8
◄ Daniel 7
Daniel 8
דָניאֵל 8
Daniel 9 ►

1אין דריטן יאָר פֿון מלך בלשאַצַרס מלוכה האָט זיך אַ זעונג באַװיזן צו מיר, צו מיר דָניאֵל, נאָך דעם װאָס האָט זיך צו מיר באַװיזן אין אָנהײב.[1] 2און איך האָב געזען אין אַ זעונג – און אַז איך האָב עס געזען, בין איך געװען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, אין דער מדינה עֵילָם – איך האָב געזען אין אַ זעונג, װי איך בין בײַ דעם שטראָם אולַי. 3און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן, און האָב אַ קוק געטאָן, ערשט אַ װידער שטײט פֿאַר דעם שטראָם, און ער האָט צװײ הערנער, און די צװײ הערנער זײַנען הױכע, און אײנער איז העכער פֿון צװײטן, און דער העכערער איז אַרױסגעװאַקסן צולעצט. 4האָב איך געזען דעם װידער שטױסן צו מערבֿ, און צו צפֿון, און צו דָרום, און קײן חיה האָט זיך נישט געקענט שטעלן אַקעגן אים, און עס איז נישט געװען װער זאָל מציל זײַן פֿון זײַן האַנט; און ער האָט געטאָן לױט זײַן װילן, און האָט זיך געגרײסט.

5און װי איך האָב דאָס באַטראַכט, ערשט אַ ציגנבאָק איז אָנגעקומען פֿון מערבֿ-זײַט איבערן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, אָבער ער האָט נישט אָנגערירט די ערד; און דער באָק האָט געהאַט אַן אָנזעעװדיקן האָרן צװישן זײַנע אױגן. 6און ער איז צוגעקומען ביז צו דעם װידער מיט די הערנער, װאָס איך האָב געזען שטײן פֿאַרן שטראָם, און ער איז אַרױפֿגעלאָפֿן אױף אים מיט דעם אימפּעט פֿון זײַן כּוֹח. 7און איך האָב אים געזען זיך אָנשטױסן אָן דעם װידער, און ער איז געװען דערביטערט אױף אים, און ער האָט געשלאָגן דעם װידער, און האָט צעבראָכן זײַנע בײדע הערנער; און דער װידער האָט נישט געהאַט קײן כּוֹח צו באַשטײן פֿאַר אים; און ער האָט אים אַנידערגעװאָרפֿן אױף דער ערד, און האָט אים געטרעטן, און עס איז נישט געװען װער זאָל מציל זײַן דעם װידער פֿון זײַן האַנט. 8און דער ציגנבאָק האָט זיך זײער געגרײסט; אָבער אין זײַן רעכטער שטאַרקײט, האָט זיך אָפּגעבראָכן דער גרױסער האָרן, און דאָס אױסזען פֿון פֿיר איז אַרױסגעװאַקסן אױף זײַן אָרט, אַקעגן די פֿיר װינטן פֿון הימל.

9און פֿון אײנעם פֿון זײ איז אַרױסגעגאַנגען אַ קלײנער האָרן, און ער איז געװאָרן זײער גרױס קעגן דָרום, און קעגן מזרח, און קעגן דעם שײנעם לאַנד. 10און ער איז געװאָרן גרױס ביז צו דעם חיל פֿון הימל, און האָט אַראָפּגעװאָרפֿן צו דער ערד טײל פֿון דעם חיל – פֿון די שטערן, און האָט זײ צעטרעטן. 11און ביז צו דעם האַר פֿון חיל האָט ער זיך געגרײסט; און דער שטענדיקער קָרבָּן איז פֿון אים אַװעקגענומען געװאָרן, און דער אָרט פֿון זײַן מִקדָש איז אײַנגעװאָרפֿן געװאָרן. 12און דער חיל איז איבערגעגעבן געװאָרן אין אײנעם מיט דעם שטענדיקן קָרבָּן דורך פֿאַרברעך; און ער האָט געשלײַדערט דעם אמת צו דער ערד, און ער האָט אױפֿגעטאָן און האָט באַגליקט. 13און איך האָב געהערט װי אײן קדוש האָט גערעדט, און אײן קדוש האָט געזאָגט צו דעם אומבאַקענטן װאָס האָט גערעדט: אױף ביז װאַנען איז די זעונג װעגן דעם שטענדיקן קָרבָּן, און דעם פֿאַרברעך װאָס צעגרױלט, דאָס איבערגעבן אי דאָס הײליקטום אי דעם חיל צום צעטרעטן? 14האָט ער צו מיר געזאָגט: ביז צװײ טױזנט און דרײַ הונדערט אָװנטן און פֿרימאָרגנס; דענצמאָל װעט דאָס הײליקטום קומען צו זײַן רעכט.

15און עס איז געװען, װי איך, דָניאֵל, האָב געזען די זעונג, און האָב געזוכט צו פֿאַרשטײן, ערשט אַקעגן מיר שטײט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מאַן. 16און איך האָב געהערט דעם קֹול פֿון אַ מענטשן איבערן אולַי, און ער האָט אױסגערופֿן און האָט געזאָגט: גַבֿריאֵל,[2] גיב דעם דאָזיקן צו פֿאַרשטײן די זעונג. 17איז ער צוגעקומען לעבן װוּ איך בין געשטאַנען, און װי ער איז צוגעקומען, אַזױ בין איך דערשראָקן געװאָרן, און בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים; האָט ער צו מיר געזאָגט: פֿאַרשטײ, דו מענטשנקינד, װאָרעם פֿאַר דער צײַט פֿון קֶץ איז די זעונג.

18און װי ער האָט צו מיר גערעדט, בין איך אַנטשלאָפֿן געװאָרן אױף מײַן פּנים צו דער ערד; האָט ער מיך אָנגערירט, און האָט מיך װידער אױפֿגעשטעלט װוּ איך בין געשטאַנען. 19און ער האָט געזאָגט: זע, איך מאַך דיך װיסן װאָס װעט געשען אין סוף פֿון דעם צאָרן, װאָרעם דאָס איז פֿאַר דער צײַט פֿון קֶץ. 20דער װידער װאָס דו האָסט געזען, מיט די צװײ הערנער, דאָס זײַנען די מלכים פֿון מָדַי און פָּרַס. 21און דער האָריקער באָק איז דער מלך פֿון יָוָן; און דער גרױסער האָרן װאָס צװישן זײַנע אױגן, דאָס איז דער ערשטער מלך. 22און דער צעבראָכענער װאָס אױף זײַן אָרט זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿיר [באַטײט]: פֿיר מלוכות װעלן אױפֿשטײן פֿון דעם פֿאָלק, אָבער אָן זײַן מאַכט. 23און אין סוף פֿון זײער מלוכה, אַז די פֿאַרברעכער װעלן האָבן אױסגעפֿירט, װעט אױפֿשטײן אַ מלך מיט אַ פֿאַרשײַטן פּנים, װאָס פֿאַרשטײט זיך אױף ליסטיקײטן. 24און זײַן מאַכט װעט זײַן גרױס, אָבער נישט מיט זײַן אײגענעם כּוֹח; און ער װעט װוּנדערלעך צעשטערן, און װעט באַגליקן און אױפֿטאָן; און ער װעט אומברענגען די מאַכטיקע, און דאָס פֿאָלק פֿון הײליקע. 25און דורך זײַן שׂכל װעט ער באַגליקן אין דעם באַטרוג {מִרְמָה}[3] פֿון זײַן האַנט; און ער װעט זיך גרײסן אין זײַן האַרצן, און אין מיטן פֿון שלום װעט ער אומברענגען פֿיל, און אַקעגן דעם האַר פֿון די האַרן װעט ער זיך שטעלן; אָבער אָן עמיצנס האַנט װעט ער צעבראָכן װערן. 26און די זעונג פֿון די אָװנטן און פֿרימאָרגנס װאָס איז אָנגעזאָגט געװאָרן איז אמת; אָבער דו באַהאַלט די זעונג, װאָרעם דאָס איז אױף פֿיל טעג אַרום.

27און איך, דָניאֵל, בין פֿיל טעג געװען צעבראָכן און קראַנק; דערנאָך בין איך אױפֿגעשטאַנען, און האָב געטאָן די אַרבעט פֿאַרן מלך; און איך בין געװען אַ צעגרױלטער פֿון דער זעונג, אָבער קײנער האָט נישט געמערקט.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Daniel 7Daniel 9 ►