1 איך נבֿוכַדנֶצַר בין געװען רואיק אין מײַן הױז, און בליענדיק אין מײַן פּאַלאַץ. 2 האָב איך אַ חלום געזען און ער האָט מיך דערשראָקן, און טראַכטענישן אױף מײַן געלעגער, און זעונגען פֿון מײַן קאָפּ האָבן מיך צעגרױלט. 3 דערום איז פֿון מיר געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל, צו ברענגען פֿאַר מיר אַלע חכמים פֿון בָבֿל, אַז זײ זאָלן מיך מאַכן װיסן דעם פּיתרון פֿון דעם חלום. 4 דענצמאָל זײַנען געקומען די חַרטומים, די צױבערשפּרעכער, די כַּשׂדים, און די שטערנזעער, און איך האָב דערצײלט מײַן חלום פֿאַר זײ, אָבער זײ האָבן מיך נישט געמאַכט װיסן זײַן פּיתרון. 5 נאָר צום לעצטן איז אַרײַנגעקומען פֿאַר מיר דָניאֵל, װאָס זײַן נאָמען איז בלטשאַצַר, אַזױ װי דער נאָמען פֿון מײַן ג-ט {אֵלִי}, און װאָס דער רוח אלֹקים הײליקע איז אין אים; און איך האָב דערצײלט מײַן חלום פֿאַר אים: 6 בלטשאַצַר, דו הױפּט פֿון די חַרטומים, װאָס איך װײס אַז דער רוח אלֹקים הײליקע איז אין דיר, און קײן סָוד איז פֿון דיר נישט פֿאַרהױלן, די זעונגען פֿון מײַן חלום װאָס איך האָב געזען און זײַן פּיתרון טו זאָגן.
7 און [דאָס זײַנען] די זעונגען פֿון מײַן קאָפּ אױף מײַן געלעגער: איך האָב געזען, ערשט אַ בױם איז אין מיטן דער ערד, און זײַן הײך איז געװען גרױס. 8 איז געװאַקסן דער בױם און געװאָרן שטאַרקער, ביז זײַן הײך האָט דערגרײכט צום הימל, און זײַן אָנזען איז געװען ביז צום עק פֿון דער גאַנצער ערד. 9 זײַנע בלעטער זײַנען געװען שײן, און זײַן פֿרוכט פֿיל, און שפּײַז פֿאַר אַלעמען איז אױף אים געװען; אונטער אים האָבן זיך געשאָטנט די חיות פֿון פֿעלד, און אין זײַנע צװײַגן האָבן געװױנט די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿון אים האָבן זיך געשפּײַזט אַלע לײַבער.
10 האָב איך געזען אין די זעונגען פֿון מײַן קאָפּ אױף מײַן געלעגער, ערשט אַ מלאך און אַ הײליקער האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל. 11 האָט ער אױסגערופֿן אין דער הײך, און האָט אַזױ געזאָגט: האַקט אָפּ דעם בױם, און שנײַדט אָפּ זײַנע צװײַגן, שאָקלט אַראָפּ זײַנע בלעטער, און צעשפּרײט זײַן פֿרוכט; זאָלן די חיות אַװעקװאַנדערן פֿון אונטער אים, און די פֿױגלען פֿון זײַנע צװײַגן. 12 נאָר דעם שטאַם פֿון זײַנע װאָרצלען לאָזט אין דער ערד, און אין אַ קײט פֿון אײַזן און קופּער, צװישן די גראָז פֿון פֿעלד; און פֿון דעם טױ פֿון הימל זאָל ער באַנעצט װערן, און מיט די חיות זאָל זײַן זײַן טײל, צװישן קרײַטעכץ פֿון דער ערד. 13 זײַן האַרץ זאָל מען פֿאַרבײַטן פֿון אַ מענטשנס, און אַ האַרץ פֿון אַ חיה זאָל אים געגעבן װערן, און זיבן צײַטן זאָלן אַריבערגײן איבער אים. 14 לױט דער גזירה פֿון די װאַכערס איז דער שפּרוך, און אַ באַפֿעל פֿון די הײליקע איז די זאַך, כּדי די לעבעדיקע זאָלן װיסן, אַז דער אױבערשטער געװעלטיקט איבער דער מלוכה פֿון מענטשן, און צו װעמען ער װיל גיט ער זי, און דעם נידעריקסטן פֿון מענטשן קען ער זעצן דערױף. 15 דעם דאָזיקן חלום האָב איך, מלך נבֿוכַדנֶצַר, געזען, און דו, בלטשאַצַר, זאָג דעם פּיתרון, װײַל אַלע חכמים פֿון מײַן קיניגרײַך קענען מיך נישט מאַכן װיסן דעם פּיתרון; אָבער דו קענסט יאָ, װײַל דער רוח אלֹקים הײליקע איז אין דיר.
16 דענצמאָל איז דָניאֵל, װאָס זײַן נאָמען איז געװען בלטשאַצַר, פֿאַרשטאַרט געװאָרן אַ װײַלע, און זײַנע רעיוֹנות האָבן אים געשראָקן. האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט: בלטשאַצַר, זאָל דער חלום און דער פּיתרון דיך נישט דערשרעקן. האָט געענטפֿערט בלטשאַצַר און האָט געזאָגט: מײַן האַר, דײַן חלום אױף דײַנע פֿײַנט, און זײַן פּיתרון אױף דײַנע שָׂונאים! 17 דער בױם װאָס דו האָסט געזען, װאָס איז געװאַקסן און געװאָרן שטאַרקער, און זײַן הײך האָט דערגרײכט ביזן הימל, און זײַן אָנזען ביז דער גאַנצער ערד, 18 און זײַנע בלעטער זײַנען געװען שײן, און זײַן פֿרוכט פֿיל, און שפּײַז פֿאַר אַלעמען איז אױף אים געװען; װאָס אונטער אים האָבן געװױנט די חיות פֿון פֿעלד, און אין זײַנע צװײַגן האָבן גערוט די פֿױגלען פֿון הימל – 19 דאָס ביסט דו, מלך, װאָס דו ביסט געװאַקסן און געװאָרן שטאַרקער, און װאָס דײַן גרױסקײט איז געװאַקסן און האָט דערגרײכט ביזן הימל, און דײַן געװעלטיקײט ביז עק ערד. 20 און װאָס דער מלך האָט געזען װי אַ מלאך און אַ הײליקער האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל, און האָט געזאָגט: האַקט אָפּ דעם בױם און צעשטערט אים, נאָר דעם שטאַם פֿון זײַנע װאָרצלען לאָזט איבער אין דער ערד, און אין אַ קײט פֿון אײַזן און קופּער, צװישן די גראָז פֿון פֿעלד; און פֿון דעם טױ פֿון הימל זאָל ער באַנעצט װערן, און מיט די חיות פֿון פֿעלד זאָל זײַן זײַן טײל, ביז זיבן צײַטן װעלן אַריבערגײן איבער אים – 21 דאָס, מלך, איז דער פּיתרון, און עס איז די גזירה פֿון דעם אױבערשטער װאָס איז געקומען אױף מײַן האַר דעם מלך; 22 מע װעט דיך פֿאַרטרײַבן פֿון מענטשן, און מיט די חיות פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן װױנונג, און גראָז װי אָקסן װעט מען דיך מאַכן עסן, און מיט דעם טױ פֿון הימל װעט מען דיך באַנעצן, און זיבן צײַטן װעלן אַריבערגײן איבער דיר; ביז דו װעסט װיסן אַז דער אױבערשטער געװעלטיקט איבער דער מלוכה פֿון מענטשן, און צו װעמען ער װיל גיט ער זי. 23 און װאָס מע האָט אָנגעזאָגט, צו לאָזן דעם שטאַם פֿון די װאָרצלען פֿון בױם [באַטײט]: דײַן מלוכה װעט דיר בלײַבן נאָך דעם װי דו װעסט דערקענען אַז די הימלען זײַנען די װאָס געװעלטיקן. 24 דערום, מלך, זאָל מײַן עצה װױלגעפֿעלן פֿאַר דיר, און טו אָפּ דײַנע זינד דורך צדקה, און דײַנע פֿאַרברעכן דורך דערבאַרעמונג אױף די אָרימע; אױב עס קען נאָך זײַן אַ פֿאַרלענגערונג פֿאַר דײַן שלװה.
25 דאָס אַלץ איז געקומען אױפֿן מלך נבֿוכַדנֶצַר. 26 צום סוף פֿון צװעלף חדשים איז ער אומגעגאַנגען אױף דעם קיניגלעכן פּאַלאַץ פֿון בָבֿל. 27 האָט אױסגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט: איז דאָס נישט די גרױסע בָבֿל, װאָס איך האָב געבױט פֿאַר אַ קיניגלעכן װױנאָרט מיט מײַן גרױס רײַכטום, און פֿאַר דעם כּבֿוד פֿון מײַן פּראַכטיקײט? 28 דאָס װאָרט איז נאָך געװען אין מלכס מױל, איז אַראָפּ אַ קֹול פֿון הימל: דיר זאָגט מען אָן, מלך נבֿוכַדנֶצַר: די מלוכה האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון דיר. 29 און פֿון מענטשן װעט מען דיך פֿאַרטרײַבן, און מיט די חיות פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן װױנונג, גראָז װי אָקסן װעט מען דיך מאַכן עסן, און זיבן צײַטן װעלן אַריבערגײן איבער דיר; ביז דו װעסט װיסן אַז דער אױבערשטער געװעלטיקט איבער דער מלוכה פֿון מענטשן, און צו װעמען ער װיל גיט ער זי. 30 אין דער אײגענער שעה איז דערפֿילט געװאָרן דאָס װאָרט אױף נבֿוכַדנֶצַרן, און ער איז פֿון מענטשן פֿאַרטריבן געװאָרן, און גראָז װי אָקסן האָט ער געגעסן, און פֿון דעם טױ פֿון הימל איז באַנעצט געװאָרן זײַן לײַב, ביז זײַנע האָר זײַנען אױסגעװאַקסן אַזױ װי בײַ אָדלערס, און זײַנע נעגל אַזױ װי בײַ פֿױגלען.
31 און צום סוף פֿון די טעג, האָב איך, נבֿוכַדנֶצַר, אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן צום הימל, און מײַן שׂכל האָט זיך אומגעקערט צו מיר, און איך האָב געבענטשט דעם אױבערשטער, און געלױבט און געאַכפּערט דעם װאָס לעבט אײביק,
33 אין דער אײגענער שעה האָט מײַן שׂכל זיך אומגעקערט צו מיר, און צו דעם כּבֿוד פֿון מײַן מלוכה, האָט מײַן פּראַכט און מײַן גלאַנץ זיך אומגעקערט צו מיר; און מײַנע מיניסטאָרן און מײַנע גרױסע לײַט האָבן מיך געזוכט; און איך בין באַפֿעסטיקט געװאָרן אין מײַן מלוכה, און נאָך אַ גרעסערע מאַכט איז מיר צוגעלײגט געװאָרן. 34 אַצונד טו איך, נבֿוכַדנֶצַר, לױבן און דערהײבן און אַכפּערן דעם קיניג פֿון די הימלען, װאָס אַלע זײַנע טוּונגען זײַנען אמת, און זײַנע װעגן גערעכטיקײט, און די װאָס גײען מיט גאװה קען ער מאַכן עניװתדיק.[1]
1און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות. 2און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן? 3ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן. 4אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים? 5ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!
6און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל: א געוויסער מאן האט געהאט א פייגנבוים, וואס איז געווען געפלאנצט אין זיין וויינגארטן; און ער איז געקומען און האט געזוכט פירות אויף אים, און האט נישט געפונען. 7און ער האט געזאגט צום וויינגערטנער: זע, איך קום שוין דריי יאר און זוך פירות אויף דעם דאזיקן פייגנבוים און געפין נישט. האק אים אפ! פארוואס זאל ער נאך אומנוצלעך מאכן די ערד? 8ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: האר, לאז אים נאך דאס דאזיקע יאר, ביז איך וועל אים ארומגראבן און באמיסטיקן, 9אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן!
10און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג. 11און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך. 12און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט! 13און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳. 14און דער גבאי פון דער שול, בייזערנדיק זיך צוליב דעם, וואס יהושע/ישוע האט געהיילט אום שבת, האט ענטפערנדיק געזאגט צום עולם מענטשן: עס זענען פאראן זעקס טעג, אין וועלכע מען זאל ארבעטן; קומט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן און נישט אין טאג פון שבת! 15אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען? 16און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת? 17און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.
18דעריבער האט ער געזאגט: צו וואס איז דאס קעניגרייך פון ה׳ גלייך? און צו וואס זאל איך עס פארגלייכן? 19עס איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען און אריינגעווארפן אין זיין גארטן אריין. און עס איז אויפגעוואקסן און איז געווארן א בוים, און די פייגל פון הימל האבן זיך גענעסט אין זיינע צווייגן. 20און ווידער האט ער געזאגט: צו וואס זאל איך פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳? 21עס איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט אריינגעטאן אין דריי מאס זעמלמעל, ביז דאס גאנצע וועט זויער ווערן.
22און ער איז געגאנגען איבער שטעט און דערפער לערנענדיק און מאכנדיק די נסיעה קיין ירושלים. 23און עמיצער האט צו אים געזאגט: האר, זענען עס ווייניקע, וואס ווערן דערלייזט? ער אבער האט צו זיי געזאגט: 24שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען. 25ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט! 26דעמאלט וועט איר אנהויבן צו זאגן: מיר האבן געגעסן פאר דיר און געטרונקען, און אויף אונדזערע גאסן האסטו געלערנט! 27און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט! 28דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין, ווען איר וועט זען אברהמן און יצחקן און יעקבן און אלע נביאים אין דעם קעניגרייך פון ה׳, אייך אליין אבער ארויסגעווארפן אינדרויסן! 29און זיי וועלן קומען פון מזרח און מערב, פון צפון און דרום, און וועלן זיך אנידערזעצן אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 30און זע, עס זענען דא לעצטע, וואס וועלן זיין די ערשטע; און עס געפינען זיך ערשטע, וואס וועלן זיין די לעצטע.
31אין דער זעלביקער שעה זענען צוגעקומען אייניקע פרושים און האבן געזאגט צו אים: גיי ארויס און גיי אוועק פונדאנען, ווייל הורדוס וויל דיך טייטן! 32און ער האט געזאגט צו זיי: גייט און זאגט דעם דאזיקן פוקס: זע, איך טרייב ארויס בייזע גייסטער און איך טו רפואות היינט און מארגן, און דעם דריטן טאג קום איך צום סוף. 33דאך מוז איך היינט און מארגן און איבערמארגן וואנדערן, ווייל עס געשיקט זיך נישט, אז א נביא זאל אומקומען מחוץ לירושלים. 34אָ ירושלים, ירושלים, וואס טייט די נביאים און שטייניקט די, וואס זענען געשיקט צו איר! וויפל מאל האב איך שוין געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט! 35אָט ווערט אייך איבערגעלאזט אייער הויז וויסט; איך זאג אייך אבער, איר וועט מיך מער נישט זען, ביז עס וועט קומען דער טאג, ווען איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳! (געבענטשט איז דער, וואס קומט אין נאמען פון האר ג‑ט). (תהלים קיח, כו.)