1אַ לױבונג פֿון דָוִדן.
1 איך װעל דיך דערהײבן, מײַן ג-ט דער קיניג,
און בענטשן דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.
2אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן,
און רימען דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.
3גרױס איז ה׳ און זײער גערימט,
און זײַן גרױסקײט איז נישט צו דערפֿאָרשן.
4אַ דור צו אַ דור װעט לױבן דײַנע מעשׂים,
און דײַנע גבֿורות װעלן זײ אָנזאָגן.
5די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון דײַן גלאַנץ,
און די מעשׂיות פֿון דײַנע װוּנדער װעל איך דערצײלן.
6און פֿון דער שטאַרקײט פֿון דײַנע פֿאָרכטיקע אױפֿטוען װעט מען רעדן,
און דײַן גרױסקײט, זי װעל איך פֿאַרצײלן.
7די דערמאָנונג פֿון דײַן גרױס גוטסקײט װעט מען אַרױסזאָגן,
און דײַן גערעכטיקײט װעט מען באַזינגען.
8לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק איז ה׳,
אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און גרױס אין גענאָד.
9גוט איז ה׳ צו אַלעמען,
און זײַן רַחמָנות איז אױף אַלע זײַנע װערק.
10דיך װעלן לױבן, ה׳, אַלע דײַנע װערק,
און דײַנע פֿרומע װעלן דיך בענטשן.
11די פּראַכט פֿון דײַן מלוכה װעלן זײ דערצײלן,
און פֿון דײַן גבֿורה װעלן זײ רעדן;
12צו לאָזן װיסן די מענטשנקינדער זײַנע גבֿורות,
און די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון זײַן מלוכה.
13דײַן מלוכה איז די מלוכה פֿון אַלע אײביקײטן,
און דײַן געװעלטיקונג איז אין אַלע דור-דורות.
14ה׳ לענט אונטער אַלע געפֿאַלענע,
און שטעלט אױף אַלע געבױגענע.
15די אױגן פֿון אַלעמען קוקן אױס אױף דיר,
און דו גיסט זײ זײער עסן אין זײַן צײַט.
16עפֿנסט דײַן האַנט,
און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט.
17גערעכט איז ה׳ אין אַלע זײַנע װעגן,
און גענאָדיק אין אַלע זײַנע מעשׂים.
18ה׳ איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים,
צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת.
19ער טוט דעם רָצון פֿון די װאָס פֿאָרכטן אים,
און זײער געשרײ הערט ער צו, און העלפֿט זײ.
20ה׳ באַהיט אַלע װאָס האָבן אים ליב,
און אַלע רשעים װעט ער פֿאַרטיליקן.
21דעם לױב פֿון ה׳ זאָל רעדן מײַן מױל,
און יעטװעדער לײַב זאָל בענטשן זײַן הײליקן נאָמען
אײביק און שטענדיק.