AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 86
◄ Psalms 85
Psalms 86
תְּהִלִּים 86
Psalms 87 ►
1אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן.
1 נײַג צו, ה׳, דײַן אױער, ענטפֿער מיר,
װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך.
2באַהיט מײַן זעל װאָרעם איך בין פֿרום,
העלף, דו מײַן ג-ט, דײַן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.
3לײַטזעליק מיך, אֲדֹנָי,
װאָרעם צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג.
4דערפֿרײ די זעל פֿון דײַן קנעכט,
װאָרעם צו דיר, אֲדֹנָי, הײב איך אױף מײַן נפֿש.
5װאָרעם דו, אֲדֹנָי, ביסט גוט און פֿאַרגעביק,
און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך.
6פֿאַרנעם, ה׳, מײַן תּפֿילה,
און האָרך צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
7אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך,
װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן.
8נישטאָ אַזאַ װי דו, אֲדֹנָי, צװישן די ג‑טער,
און נישטאָ אַזױ װי דײַנע מעשׂים.
9אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט,
װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, אֲדֹנָי,
און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען.
10װאָרעם גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער,
דו אלֹקים אַלײן.
11לערן מיך, ה׳, דײַן װעג,
איך זאָל גײן אין דײַן אמת,
אײנציק מײַן האַרץ צו פֿאָרכטן דײַן נאָמען.
12איך װעל דיך לױבן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט, מיט מײַן גאַנצן האַרצן,
און ערלעכן דײַן נאָמען אױף אײביק.
13װאָרעם גרױס איז דײַן חֶסֶד צו מיר,
און האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון דער טיפֿער שְׁאֹול.
14אלֹקים, מוטװיליקע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר,
און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן,
און זײ האַלט דיך נישט אַנטקעגן זיך.
15אָבער דו, אֲדֹנָי, ביסט אַ דערבאַרעמדיקער און לײַטזעליקער אֵל,
אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.
16קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,
גיב דײַן שטאַרקײט צו דײַן קנעכט,
און העלף דעם זון פֿון דײַן דינסט.
17מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן,
און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן,
אַז דו ה׳ האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 85Psalms 87 ►