1איך ליב ה׳
װײַל ער האט געהערט מײַן קֹול און מײַנע געבעטן.
2װײַל ער האָט גענײגט זײַן אױער צו מיר,
דערום אין מײַנע טעג װעל איך אים רופֿן.
3אַרומגערינגלט האָבן מיך די שטריק פֿון טױט,
און אַנגסטן פֿון שְׁאֹול האָבן מיך געטראָפֿן;
לײַד און קומער האָב איך געטראָפֿן.
4האָב איך דעם נאָמען פֿון ה׳ גערופֿן:
איך בעט דיך, ה׳, מאַך אַנטרינען מײַן זעל.
5לײַטזעליק איז ה׳ און גערעכט,
און אלוקינו איז דערבאַרעמדיק.
6ה׳ פֿאַרהיט די אומגעניטע;
איך בין געװען געפֿאַלן, און ער האָט מיך געהאָלפֿן.
7קער זיך אום, מײַן זעל, צו דײַן רויִקײט.
װאָרעם ה׳ האָט דיר גוטס געטאָן.
8װאָרעם האָסט אַרױסגעצױגן מײַן זעל פֿון טױט,
פֿון טרערן מײַן אױג,
מײַן פֿוס פֿון שטרױכלונג.
9איך װעל אומגײן פֿאַר ה׳
אין די לענדער פֿון די לעבעדיקע.
10איך האָב געגלױבט, װען איך האָב גערעדט:
איך בין געפּלאָגן געװען זײער.
11איך האָב געזאָגט אין מײַן אַנגסט:
אַלע מענטשן זײַנען פֿאַלש.
12װי זאָל איך אָפּצאָלן ה׳
אַלע זײַנע טובֿות צו מיר?
13דעם כָּוס פֿון ישועות װעל איך אױפֿהײבן,
און דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן,
14מײַנע נדרים צו ה׳ װעל איך באַצאָלן
אַנטקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק.
15שװער אין די אױגן פֿון ה׳
איז דער טױט פֿון זײַנע פֿרומע.
16איך בעט דיך, ה׳, װאָרעם איך בין דײַן קנעכט,
איך בין דײַן קנעכט, דער זון פֿון דײַן דינסט;
האָסט לױזגעמאַכט מײַנע בינדשטריק.
17איך װעל שלאַכטן צו דיר אַ דאַנקאָפּפֿער {זֶבַֿח הַתּוֹדָה},
און דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן.
18מײַנע נדרים צו ה׳ װעל איך באַצאָלן
אַנקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק,
19אין די הױפֿן פֿון ה׳ס הױז,
אין מיטן פֿון דיר, ירושָלַיִם.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).