AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 107
◄ Psalms 106
Psalms 107
תְּהִלִּים 107
Psalms 108 ►

פֿינפֿטער סֵפֿר

1גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,
2זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון ה׳,
װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,
3און פֿון די לענדער זײ אײַנגעזאַמלט,
פֿון מזרח און פֿון מערבֿ,
פֿון צפֿון און פֿון ים.
4זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג,
קײן שטאָט פֿון יִשובֿ נישט געפֿונען.
5הונגעריקע און דאָרשטיקע,
איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ.
6האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,
און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם.
7און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גלײַכן װעג,
צו קומען צו אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.
8זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,
און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
9װאָרעם ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל,
און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.
10די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן,
געקײט אין פּײַן און אײַזן –
11װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון אֵל,
און די עצה פֿון דעם עליון (אױבערשטער) געלעסטערט;
12און ער האָט אונטערטעניקט מיט לײַד זײער האַרץ;
זײ זײַנען געשטרױכלט געװאָרן, און נישט געװען קײן העלפֿער –
13האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,
און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
14ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן,
און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן.
15זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,
און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
16װאָרעם ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן,
און די אײַזערנע ריגלען צעהאַקט.
17נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעג
און פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;
18זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּײַז,
און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט.
19האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,
און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
20ער האָט געשיקט זײַן װאָרט און זײ געהײלט {רפא}[1],
און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים.
21זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,
און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
22און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער {זֶבַֿח הַתּוֹדָה},
און דערצײלן זײַנע מעשׂים מיט געזאַנג.
23די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים,
די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן,
24זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון ה׳,
און זײַנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש.
25װאָרעם ער האָט געהײסן
און געמאַכט אױפֿשטײן אַ שטורעמװינט,
װאָס האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אינדן.
26זײ זײַנען אַרױף ביזן הימל,
גענידערט ביז די תּהומען,
זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט.
27זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער,
און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן.
28האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,
און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם.
29ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט,
און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן.
30און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ זײַנען אײַנגעשטילט,
און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער.
31זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,
און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
32און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק,
און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן.
33ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר,
און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;
34אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש,
פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר.
35ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ טײַך װאַסער,
און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
36און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע,
און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.
37און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער,
װאָס ברענגען פֿרוכט צום אײַנקום.
38און ער בענטשט זײ, און זײ מערן זיך זײער,
און ער לאָזט נישט זײערע בהמות זײַן װינציק.
39און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן,
פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער.
40ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן,
און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג.
41און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט,
און מאַכט װי שאָף זײַנע משפּחות.
42די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך,
און איטלעך אומרעכט מאַכט צו צומאַכן זײַן מױל.
43װער עס איז קלוג, זאָל מערקן דאָס דאָזיקע,
און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון ה׳.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMatthew 8 →

1און ווען ער איז אראפגעשטיגן פון בארג, האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן, 2און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן. 3און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת. 4און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!

5און ווי ער איז אריינגעקומען קיין כפר‑נחום, איז געקומען צו אים אן אפיציר, און האט אים געבעטן, 6און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים. 7און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן. 8דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן. 9מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס. 10און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען. 11און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים. 12די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינצטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין. 13און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.

14און ווען יהושע/ישוע איז געקומען צו פעטרוסן אין הויז אריין, האט ער געזען זיין שוויגער ליגן קראנק אויף א קדחת. 15און ער האט אנגערירט איר האנט, און דאס פיבער האט זי פארלאזן; און זי איז אויפגעשטאנען, און האט אים באדינט. 16און ווען עס איז געווארן אוונט, האט מען געברענגט צו אים א סך באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און ער האט ארויסגעטריבן די גייסטער מיט א ווארט, און אלע קראנקע געהיילט; 17כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: ער אליין האט אוועקגענומען אונדזערע קראנקייטן, און געטראגן די לאסט פון אונדזערע ווייטאקן. (ישעיהו נג, ד.)

18און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים. 19און א סופר איז געקומען, און האט צו אים געזאגט: רבי, איך וועל דיר נאכפאלגן, וואו דו וועסט נאר גיין. 20און יהושע/ישוע זאגט צו אים: די פוקסן האבן היילן, און די פייגל פון הימל—נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט, וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. 21און אן אנדערער פון די תלמידים האט צו אים געזאגט: האר, גיב מיר רשות קודם כל אוועקצוגיין און קובר צו זיין מיין פאטער. 22יהושע/ישוע אבער זאגט צו אים: פאלג דו מיר נאך; און לאז די מתים קובר זיין זייערע מתים.

23און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. 24און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן. 25און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום! 26און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. 27און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים?

28און ווען ער איז געקומען אויף יענער זייט ים אין דעם לאנד פון די גדריים, זענען אים אנטקעגנגעלאפן צוויי באזעסענע, וואס זענען ארויסגעקומען אויס די קברים, זייער געפערלעכע, אז קיינער האט נישט געקענט פארבייגיין דורך יענעם וועג. 29און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט? 30און פונדערווייטנס פון זיי האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. 31און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים! 32און ער האט צו זיי געזאגט: גייט! און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אוועק אין די חזירים אריין; און זע, די גאנצע סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דער משופעדיקייט אין ים אריין, און זענען אומגעקומען אין די וואסערן. 33די פאסטוכער אבער זענען אנטלאפן, און זענען אריין אין שטאט, און האבן אלץ דערציילט, און וואס (עס האט פאסירט) מיט די באזעסענע. 34און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען; און דערזעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 106Psalms 108 ►