9די פֿורעמער פֿון אַ געץ זײַנען נישטיק אַלע, און זײערע גלוסטיקע בילדער נוצן נישט; און זײ אַלײן זײַנען זײערע עדות, אַז זײ הערן נישט און װײסן נישט; דערום װעלן זײ פֿאַרשעמט װערן. 10װער פֿורעמט עס אַ ג-ט, און גיסט אױס אַ געץ װאָס נוצט נישט! 11זע, אַלע באַהעפֿטע אין אים װעלן זיך שעמען, און די מײַנסטערס – זײ מער פֿון אַלע מענטשן; זאָלן זײ אױפֿשטײן; אָבער זײ װעלן מורא האָבן, זאָלן זײ אַלע זיך אײַנזאַמלען, זיך שעמען, אין אײנעם.
12דער אײַזנשמיד [מאַכט] אַ האַק, און אַרבעט אױף קױלן, און מיט האַמערס טוט ער זי פֿורעמען, און אַרבעט זי אױס מיט זײַן שטאַרקן אָרעם; אױך װערט ער הונגעריק, און איז אָן כּוֹח, ער טרינקט נישט קײן װאַסער, און װערט פֿאַרשמאַכט. 13דער האָלצמײנסטער ציט אױס אַ שנור; ער צײכנט עס מיט אַ שטיפֿט, ער מאַכט עס מיט הובלען צורעכט, און מיט אַ צירקל צײכנט ער עס אַרום, און ער מאַכט עס לױט דער געשטאַלט פֿון אַ מאַן, לױט דער שײנקײט פֿון אַ מענטשן, אױף צו װױנען אין אַ הױז. 14ער האַקט {כרת}[4] זיך אױס צעדערן, און נעמט אַ האַרטדעמב אָדער אַן אײכנבױם, און װײלט זיך אױס צװישן די בײמער פֿון װאַלד; ער פֿלאַנצט אַ פֿיכטבױם, און דער רעגן מאַכט װאַקסן. 15און עס איז פֿאַר דעם מענטשן אױף צו ברענען; און ער נעמט דערפֿון, און װאַרעמט זיך, אױך הײצט ער, און באַקט ברױט; דערצו מאַכט ער אַ ג-ט און בוקט זיך; מאַכט עס צום געץ, און קניט דערצו. 16טײל דערפֿון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער, אױף טײל דערפֿון עסט ער פֿלײש – בראָט בראָטן און זעטיקט זיך, אױך װאַרעמט ער זיך, און זאָגט: אַה! מיר איז װאַרעם, איך שפּיר דאָס פֿײַער; 17און דעם איבערבלײַב דערפֿון מאַכט ער פֿאַר אַ ג-ט – פֿאַר זײַן געץ; קניט צו אים און בוקט זיך און טוט תּפֿילה צו אים, און זאָגט: ראַטעװע מיך, װאָרעם מײַן ג-ט ביסטו.
18זײ װײסן נישט, און זײ פֿאַרשטײען נישט, װאָרעם פֿאַרקלעפּט פֿון צו זען זײַנען זײערע אױגן, פֿון צו פֿאַרשטײן – זײערע הערצער. 19און קײנער איבערלײגט נישט אין זײַן האַרצן, און נישטאָ קײן דערקענונג און קײן שׂכל צו זאָגן: טײל דערפֿון האָב איך פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אױך געבאַקט אױף זײַנע קױלן ברױט, געבראָטן פֿלײש און געגעסן; און דעם רעשט דערפֿון זאָל איך פֿאַר אַן אומװערדיקײט מאַכן? צו אַ שײַט האָלץ זאָל איך קניִען? 20ער יאָגט זיך נאָך אַש, אַ פֿאַרנאַרט האַרץ האָט אים אַראָפּגעפֿירט, און ער איז נישט מציל זײַן נפֿש, און זאָגט נישט: פֿאַר װאָר, ליגן איז אין מײַן רעכטער האַנט.
1און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט. 2און פלוצלונג איז געווארן א רעש פון הימל, ווי פון א גיכן און געוואלדיקן שטורמווינט, און האט אנגעפילט דאס גאנצע הויז, וואו זיי זענען געזעסן. 3און עס האבן זיך באוויזן צו זיי צעטיילטע צונגען ווי פון פייער, און האבן זיך געזעצט אויף יעדן איינעם פון זיי. 4און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
5און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל. 6און ווען דאס דאזיקע קול (פונם רעש) איז געקומען, האט זיך דער המון עם פארזאמלט און איז צוטומלט געווארן, ווייל יעדער איינער האט זיי געהערט רעדן אויף זיין אייגן לשון. 7און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל? 8און וויאזוי (איז עס, אז) מיר הערן יעדער איינער אין אונדזער אייגענער שפראך, אין וועלכער מיר זענען געבוירן געווארן? 9פרתיים און מעדער און עלאמיטן, און די איינוואוינער פון ארם נהרים, יהודה, קאפאדאציע, פאנטוס און (קליין) אזיען, 10פריגיען און פאמפיליען, מצרים און די טיילן פון ליביען ביי קירניה, און די געקומענע פון רוים, 11יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳. 12און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן? 13אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין.
14אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער. 15ווארום די דאזיקע זענען נישט, ווי איר מיינט, שכור, ווייל עס איז (איצט בלויז) די דריטע שעה פון טאג. 16נאר דאס איז, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא יואל:
22מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין, 23דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט; 24אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.
29ברידער, לאזט מיך רעדן צו אייך מיט דרייסטקייט וועגן דעם שטאמפאטער דוד, אז ער איז נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן, און זיין קבר איז ביי אונדז ביז צום היינטיקן טאג. 30זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.), 31פארויסזעענדיק דאס, האט ער גערעדט בנוגע דעם משיחס תחית המתים, אז ער איז נישט איבערגעלאזט געווארן אין שאול, און אז זיין פלייש האט נישט געזען פארדארבונג. 32דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות. 33דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט. 34ווארום דוד איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, דען ער אליין זאגט:
36דעריבער זאל דאס גאנצע בית ישראל זיכער וויסן, אז דעם דאזיקן יהושע/ישוע, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האט ה׳ געמאכט סאי פאר האר סאי פאר משיח. 37און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן? 38און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש. 39ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן. 40און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור. 41און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות. 42און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
43און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים. 44און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם; 45און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט. 46און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן, 47לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.