AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 21
◄ Deuteronomy 20
Deuteronomy 21
דְבָֿרִים 21
Deuteronomy 22 ►

1אַז אַ געהרגעטער װעט געפֿונען װערן ליגנדיק אין פֿעלד, אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר עס צו אַרבן, און עס איז נישט באַװוּסט װער עס האָט אים דערשלאָגן, 2זאָלן אַרױסגײן דײַנע עלטסטע און דײַנע ריכטער, און זײ זאָלן אָפּמעסטן ביז די שטעט װאָס אַרום דעם געהרגעטן. 3און עס זאָל זײַן: די שטאָט װאָס איז די נענטסטע צום געהרגעטן, זאָלן די עלטסטע פֿון יענער שטאָט נעמען אַ יונגע קו, װאָס מיט איר איז נאָך נישט געאַרבעט געװאָרן, װאָס האָט נאָך נישט געצױגן אַ יאָך. 4און די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זאָלן אַראָפּנידערן די יונגע קו צו אַ האַרטן טאָל, װאָס װערט נישט באַאַרבעט און נישט באַזײט; און זײ זאָלן אָפּהאַקן דער יונגער קו דאָס געניק דאָרטן אין טאָל. 5און די כּהנים, די קינדער פֿון לֵוִי, זאָלן גענענען; װאָרעם זײ האָט ה׳ דײַן ג-ט אױסדערװײלט אים צו טאָן דינסט, און צו בענטשן אין נאָמען פֿון ג-ט, און לױט זײער מױל זאָל זײַן בײַ יעטװעדער שטרײַט און יעטװעדער שעדיקונג. 6און אַלע עלטסטע פֿון יענער שטאָט, די נענטסטע צום געהרגעטן, זאָלן װאַשן זײערע הענט איבער דער יונגער קו װאָס מע האָט איר אָפּגעהאַקט דאָס געניק אין טאָל. 7און זײ זאָלן אױסרופֿן און זאָגן: אונדזערע הענט האָבן נישט פֿאַרגאָסן דאָס דאָזיקע בלוט, און אונדזערע אױגן האָבן נישט געזען. 8פֿאַרגיב דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װאָס דו, ה׳, האָסט אױסגעלײזט, און לאָז נישט אומשולדיק פֿאַרגאָסן בלוט צװישן דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן דאָס בלוט. 9אַזױ זאָלסטו אױסראַמען אומשולדיק [פֿאַרגאָסן] בלוט פֿון צװישן דיר, אױב דו װילסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳.

כִּי תֵצֵא

10אַז דו װעסט אַרױסגײן אין מלחמה אַקעגן דײַנע פֿײַנט, און ה׳ דײַן ג-ט װעט זײ געבן אין דײַן האַנט, און װעסט פֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע, 11און װעסט זען צװישן די געפֿאַנגענע אַ פֿרױ שײן אין געשטאַלט, און װעסט זי גלוסטן, און װעסט זי דיר װעלן נעמען פֿאַר אַ װײַב, 12זאָלסטו זי ברענגען אין דײַן הױז, און זי זאָל אָפּגאָלן איר קאָפּ, און אָפּשנײַדן אירע נעגל; 13און זי זאָל אױסטאָן פֿון זיך די קלײדונג פֿון איר געפֿאַנגענשאַפֿט, און זיצן אין דײַן הױז, און באַװײנען איר פֿאָטער און איר מוטער אַ חודש צײַט, און דערנאָך זאָלסטו קומען צו איר, און זי באַמאַנען, און זי זאָל דיר װערן פֿאַר אַ װײַב. 14און עס װעט זײַן, אױב זי װעט דיר נישט געפֿעלן, זאָלסטו זי לאָזן גײן װוּהין זי װיל, אָבער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט זאָלסטו זי נישט פֿאַרקױפֿן; טאָרסט נישט באַלעבאַטעװען איבער איר; דערפֿאַר װאָס דו האָסט זי געפּײַניקט.

15אַז אַ מאַן װעט האָבן צװײ װײַבער, אײנע אַ באַליבטע און אײנע אַ פֿאַרהאַסטע, און זײ װעלן אים געבערן זין, אי די באַליבטע אי די פֿאַרהאַסטע, און דער זון דער בכוֹר װעט זײַן פֿון דער פֿאַרהאַסטער, 16איז, אין דעם טאָג װאָס ער גיט ירושה זײַנע זין דאָס װאָס ער האָט קען ער נישט מאַכן פֿאַר דעם בכוֹר דעם זון פֿון דער באַליבטער איבער דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער, װאָס איז דער בכוֹר. 17נײַערט דעם בכוֹר דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער מוז ער אָנדערקענען, אים צו געבן צװײ חלקים פֿון אַלץ װאָס ער פֿאַרמאָגט; װאָרעם ער איז דער ערשטלינג פֿון זײַן קראַפֿט, צו אים געהערט דאָס רעכט פֿון דער בכוֹרה.

18אַז אַ מאַן װעט האָבן אַ זון אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, װאָס הערט נישט צו דעם קֹול פֿון זײַן פֿאָטער, און צו דעם קֹול פֿון זײַן מוטער, און זײ װעלן אים שטראָפֿן, און ער װעט נישט צוהערן צו זײ, 19זאָל זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער אים אָננעמען, און אים אַרױספֿירן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און צו דעם טױער פֿון זײַן אָרט. 20און זײ זאָלן זאָגן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט: דער דאָזיקער זון אונדזערער איז אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, ער הערט נישט צו אונדזער קֹול; ער איז אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער. 21און אַלע מענטשן פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר; און גאַנץ יִשׂרָאֵל װעלן הערן, און װעלן מורא האָבן.

22און אַז אױף אַ מאַן װעט זײַן אַ זינד פֿון טױטשטראָף, און ער װעט געטײט װערן, און װעסט אים אױפֿהענגען אױף אַ בױם,[1] 23זאָלסטו נישט לאָזן איבערנעכטיקן זײַן טױטן לײַב[2] אױפֿן בױם; נאָר באַגראָבן זאָלסטו אים באַגראָבן אין דעם זעלביקער טאָג; װאָרעם קללת[3] אלֹקים איז אַ געהאַנגענער אױפֿן בױם[4]; און זאָלסט נישט פֿאַראומרײניקן דײַן לאַנד, װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 20Deuteronomy 22 ►