AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 30
◄ Proverbs 29
Proverbs 30
מִשְׁלֵי 30
Proverbs 31 ►

1די װערטער פֿון אָגור דער זון פֿון יָקֶהן; אַ מוסר. דער מאַן האָט געזאָגט צו איתיאֵלן, צו איתיאֵלן און אוכָלן:

2פֿאַר װאָר, איך בין פֿאַרגרעבטער פֿון איטלעכן,
און איך האָב נישט קײן פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון אַ מענטשן,
3און איך האָב נישט געלערנט קײן חכמה,
אַז דערקענונג פֿון הײליקן זאָל איך װיסן.
4װער איז אַרױף אױפֿן הימל, און אַראָפּגענידערט?
װער האָט געזאַמלט דעם װינט אין זײַנע פֿױסטן?
װער האָט אײַנגעבונדן די װאַסערן אין אַ טוך?
װער האָט אױפֿגעשטעלט אַלע עקן פֿון דער ערד?
װאָס איז זײַן נאָמען?
און װאָס איז דער נאָמען פֿון זײַן זון[1],
אױב דו װײסט?
5איטלעך װאָרט פֿון אֱלוֹהַּ איז געלײַטערט;
ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין אים.
6זאָלסט נישט צולײגן צו זײַנע װערטער,
כּדי ער זאָל דיך נישט פֿאָרהאַלטן, און װעסט בלײַבן אַ ליגנער.
7צװײ זאַכן בעט איך בײַ דיר,
זאָלסט זײ נישט פֿאַרמײַדן פֿון מיר, אײדער איך שטאַרב:
8פֿאַלשקײט און װערטער פֿון ליגן דערװײַטער פֿון מיר;
נישט אָרימקײט און נישט עשירות זאָלסטו מיר געבן,
שפּײַז מיך מיט ברױט פֿאַר מײַן אױסקומעניש;
9כּדי איך זאָל נישט װערן צו זאַט,
און לײקענען, און זאָגן: װער איז ה׳?
און כּדי איך זאָל נישט װערן צו אָרים, און גנבֿען,
און אָנרירן דעם נאָמען פֿון מײַן ג-ט.
10זאָלסט נישט פֿאַרמַסרן אַ קנעכט פֿאַר זײַן האַר,
װאָרעם ער װעט דיך שילטן, און װעסט זיך פֿאַרשולדיקן.
11פֿאַראַן אַ דור װאָס שילט זײַן פֿאָטער,
און בענטשט נישט זײַן מוטער.
12פֿאַראַן אַ דור רײן אין זײַנע אױגן,
און פֿון זײַן קױט נישט אָפּגעװאַשן.
13פֿאַראַן אַ דור – װי הױך זײַנען זײַנע אױגן!
און זײַנע ברעמען װי אױפֿגעהױבן!
14פֿאַראַן אַ דור װאָס זײַנע צײן זײַנען שװערדן,
און זײַנע באַקצײנער, מעסערס,
צו פֿאַרצערן די אָרימע אױסן לאַנד,
און די אבֿיוֹנים פֿון צװישן מענטשן.
15פֿון עַלוּקָהן: פֿאַראַן צװײ טעכטער: גיב! גיב!
פֿאַראַן דרײַ װאָס װערן נישט זאַט,
פֿיר װאָס זאָגן נישט גענוג:
16שְׁאֹול, די פֿאַרשלאָסענע געבער־מוטער,
די ערד װאָס װערט נישט זאַט מיט װאַסער,
און דאָס פֿײַער װאָס זאָגט נישט, גענוג!
17דאָס אױג װאָס שפּאָט פֿון אַ פֿאָטער,
און פֿאַראַכט צו געהאָרכן אַ מוטער,
זאָלן עס אױספּיקן די ראָבן פֿון טאָל,
און זאָלן עס אױפֿעסן די קינדער פֿון אָדלער.
18פֿאַראַן דרײַ װאָס זײַנען פֿאַרהױלן פֿון מיר,
יאָ, פֿיר װאָס איך פֿאַרשטײ זײ נישט:
19דער װעג פֿון אָדלער אין הימל,
דער װעג פֿון דער שלאַנג אױף אַ פֿעלדז,
דער װעג פֿון אַ שיף אין מיטן ים,
און דער װעג פֿון אַ מאַן מיט אַ יונגפֿרױ (עַלְמָה).[2]
20אַזױ איז דער שטײגער פֿון אַ פֿרױ אַ נואפֿטע:
זי עסט און װישט אָפּ איר מױל,
און זאָגט: איך האָב נישט געטאָן קײן בײז.
21אונטער דרײַען ציטערט די ערד,
יאָ, אונטער פֿירן קען זי נישט אױסהאַלטן:
22אונטער אַ קנעכט, אַז ער װערט אַ מלך,
און אַ מנוּװל, אַז ער האָט ברױט צו זאַט;
23אונטער אַ מיאוסער, אַז זי קריגט אַ מאַן,
און אַ דינסט, אַז זי ירשעט איר האַרינטע.
24פֿיר זײַנען די קלענסטע אױף דער ערד,
און זײ זײַנען די קליגסטע חכמים:
25די מוראַזשקעס זײַנען אַ פֿאָלק נישט שטאַרק,
און זײ גרײטן אָן אום זומער זײער שפּײַז;
26די קיניגלס זײַנען אַ פֿאָלק נישט מאַכטיק,
און זײ מאַכן אין פֿעלדז זײער הױז;
27נישטאָ קײן מלך בײַ די הײשעריקן,
און זײ גײען אַרױס אין מחנות אַלע;
28די יאַשטשערקע קענסטו מיט די הענט אָננעמען,
און זי איז אין קיניגלעכע פּאַלאַצן.
29דרײַ האָבן אַ שײנעם טראָט,
יאָ, פֿיר גײען שײן:
30דער לײב, דער שטאַרקסטער צװישן די חיות,
װאָס קערט זיך נישט אָפּ פֿאַר קײנעם;
31דער שפּאַצירט זיך אַרום האָן, און דער באָק;
און דער מלך, װאָס נישטאָ קעגן אים קײן באַשטאַנד.
32אױב דו האָסט זיך פֿאַרמיאוסט דורך איבערנעמען זיך,
איז, אױב דו ביסט איבערלײגט, טו די האַנט אױפֿן מױל,
33װאָרעם דריקן מילך ברענגט אַרױס פּוטער,
און דריקן די נאָז ברענגט אַרױס בלוט,
און דריקן צאָרן ברענגט אַרױס קריג.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteJohn 3 →

1און עס איז געווען א מאן פון די פרושים, ער האט געהייסן נקדימון, א שר ביי יידן; 2דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים. 3האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳. 4זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן? 5האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 6דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט. 7וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן. 8דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט. 9נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען? 10האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט? 11באמת, באמת זאג איך דיר: וואס מיר ווייסן, דאס רעדן מיר, און וואס מיר האבן געזען, דערפון זאגן מיר עדות: און איר נעמט אונדזער עדות זאגן נישט אָן. 12אויב איך האב צו אייך גערעדט פון ערדישע זאכן, און איר גלויבט נישט, וויאזוי וועט איר גלויבן, ווען איך וועל צו אייך רעדן פון הימלישע זאכן? 13און קיינער איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, אחוץ דער, וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל, דער בר אנש, וואס איז אין הימל. 14און ווי משה האט אויפגעהויבן די שלאנג אין דער מדבר, אזוי מוז דער בר אנש אויפגעהויבן ווערן; 15כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן. 16ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן. 17ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן. 18דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳. 19און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז. 20ווארום יעדער איינער, וואס טוט שלעכטס, האט פיינט דאס ליכט, און קומט נישט צו דעם ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן נישט אויפגעדעקט ווערן. 21דער אבער, וואס טוט דעם אמת, קומט צום ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן אנטפלעקט ווערן, אז זיי ווערן געטאן אין ה׳.

22נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק מיט זיינע תלמידים צום לאנד יהודה, און איז דארטן פארבלייבן מיט זיי, און האט טובל געווען אין דער מקווה. 23און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה. 24ווארום יוחנן איז נאך נישט געווען אריינגעווארפן אין תפיסה. 25און עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישן די תלמידים פון יוחנן און א יידן וועגן טהרה. 26און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים. 27האט יוחנן געענטפערט און געזאגט: קיין מענטש קען זיך גארנישט נעמען, אויב עס איז אים נישט געגעבן געווארן פון הימל. 28איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים. 29ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט. 30ער מוז וואקסן, איך אבער פארמינערט ווערן.

31דער, וואס קומט פון אויבן, איז איבער אלעמען: דער, וואס איז פון דער ערד, איז פון דער ערד, און רעדט פון דער ערד; דער, וואס קומט פון הימל, איז איבער אלעמען. 32וואס ער האט געזען און געהערט, דערפון זאגט ער עדות; און זיין עדות זאגן נעמט קיינער נישט אָן. 33ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת. 34ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס. 35דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין. 36דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 29Proverbs 31 ►