1און זיבן װײַבער װעלן אָנהאַלטן אײן מאַן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: אונדזער ברױט װעלן מיר עסן, און אונדזער קלײד װעלן מיר אָנטאָן, נאָר דײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אױף אונדז; טו אָפּ אונדזער שאַנד.
2אין יענעם טאָג װעט די צמח[1] פֿון ה׳ זײַן פֿאַר אַ שײנקײט און פֿאַר אַ כּבֿוד, און די פֿרוכט פֿון לאַנד פֿאַר אַ שטאָלץ און פֿאַר אַ צירונג, פֿאַר די אַנטרונענע פֿון יִשׂרָאֵל. 3און עס װעט זײַן, דער װאָס איז געבליבן אין צִיוֹן, און דער װאָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אין ירושָלַיִם, װעט הײליקער געזאָגט װערן צו אים – איטלעכער װאָס איז פֿאַרשריבן צום לעבן אין ירושָלַיִם; 4װען אֲדֹנָי האָט אָפּגעװאַשן דעם קױט פֿון די טעכטער פֿון צִיוֹן, און דאָס בלוט פֿון ירושָלַיִם שװענקט ער אָפּ פֿון איר מיט, מיט אַ גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} פֿון גערעכטיקײט, און מיט אַ גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} פֿון פֿאַרברענונג. 5און ה׳ װעט באַשאַפֿן אױפֿן גאַנצן פּלאַץ פֿון באַרג צִיוֹן, און אױף אירע זאַמלערטער, אַ װאָלקן און רױך בײַ טאָג, און אַ שײַן פֿון פֿלאַמפֿײַער בײַ נאַכט; װאָרעם, איבער אַל דער פּראַכטיקײט װעט זײַן אַ חופּה. 6און אַן איבערדעק װעט זײַן פֿאַר אַ שאָטן פֿון היץ בײַ טאָג, און פֿאַר אַ באַשיצונג און פֿאַר אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוס און פֿון רעגן.