1אױ װײ, די פּאַסטוכער װאָס ברענגען אום און צעשפּרײטן די שאָף פֿון מײַן פֿיטערונג, זאָגט ה׳. 2דערום האָט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אַזױ געזאָגט אױף די פּאַסטוכער װאָס פֿיטערן מײַן פֿאָלק: איר האָט צעשפּרײט מײַנע שאָף, און זײ פֿאַרשטױסן, און האָט נישט אַכטונג געגעבן אױף זײ; זעט, איך רעכן זיך מיט אײַך פֿאַר אײַערע בײזע מעשׂים, זאָגט ה׳. 3און איך װעל אײַנזאַמלען דעם איבערבלײַב פֿון מײַנע שאָף פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין, און איך װעל זײ אומקערן צו זײער פֿיטערפּלאַץ, און זײ װעלן זיך פֿרוכפּערן און מערן. 4און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ פּאַסטוכער, און זײ װעלן זײ פֿיטערן; און זײ װעלן מער נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, און זײ װעלן נישט געמינערט װערן, זאָגט ה׳.
5זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל אױפֿשטעלן צו דָוִדן אַ גערעכטן שפּראָץ (צמח),[1] און קיניגן װעט אַ קיניג װאָס װעט באַגליקן, און טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד. 6אין זײַנע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהוּדה, און יִשׂרָאֵל װעט רוען אין זיכערקײט; און דאָס איז זײַן נאָמען װאָס מע װעט אים רופֿן: ה׳ איז אונדזער גערעכטיקײט![2]
7פֿאַר װאָר, זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און מע װעט מער נישט זאָגן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם! 8נײַערט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױפֿגעבראַכט און װאָס האָט אַהערגעפֿירט דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון צפֿון-לאַנד און פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין! און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד.
9פֿון װעגן די נבֿיאים:
23בין איך דען אַ ג-ט פֿון נאָנטן, זאָגט ה׳, און נישט אַ ג-ט פֿון דער װײַטן? 24צי קען זיך פֿאַרבאָרגן אַ מענטש אין פֿאַרבאָרגענישן, אַז איך זאָל אים נישט זען? זאָגט ה׳. בין איך נישט פֿיל די הימלען און די ערד? זאָגט ה׳. 25איך האָב געהערט װאָס די נבֿיאים זאָגן, די װאָס זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן, אַזױ צו זאָגן: מיר האָט זיך געחלומט, מיר האָט זיך געחלומט! 26ביז װאַנען נאָך? איז דען אין האַרצן פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות ליגן, און די נבֿיאים פֿון דעם באַטרוג פֿון זײער האַרצן – 27טראַכטן זײ דען צו מאַכן מײַן פֿאָלק פֿאַרגעסן מײַן נאָמען מיט זײערע חלומות װאָס זײ דערצײלן אײנער דעם אַנדערן, אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן פֿאַרגעסן מײַן נאָמען דורך בַעַל? 28דער נבֿיא װאָס בײַ אים איז אַ חלום, זאָל דערצײלן אַ חלום, און דער װאָס מײַן װאָרט איז בײַ אים, זאָל רעדן מײַן װאָרט װאָרהאַפֿטיק. װאָס האָט שטרױ צו קאָרן? זאָגט ה׳. 29פֿאַר װאָר, מײַן װאָרט איז אַזױ װי פֿײַער, זאָגט ה׳, און װי אַ האַמער װאָס צעהאַקט פֿעלדז. 30דערום זע, איך קום אױף די נבֿיאים, זאָגט ה׳, װאָס גנבֿען מײַנע װערטער אײנער פֿון אַנדערן. 31זע, איך קום אױף די נבֿיאים, זאָגט ה׳, װאָס נעמען זײער {אײגענע} צונג און זאָגט, ער {ה׳} געזאָגט. 32זע, איך קום אױף די װאָס זאָגן נבֿיאות פֿאַלשע חלומות, זאָגט ה׳, און דערצײלן זײ, און פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק מיט זײערע שקָרים און מיט זײער לױזגעלאָזטקײט, װען איך האָב זײ נישט געשיקט און זײ נישט באַפֿױלן; און נוצן נוצן זײ נישט דעם דאָזיקן פֿאָלק, זאָגט ה׳.
33און אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אָדער דער נבֿיא, אָדער אַ כּהן, װעט דיך פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז די משׂא פֿון ה׳? זאָלסטו זאָגן צו זײ: װאָס איז די משׂא? – אַז איך װעל אײַך פֿאַרװאַרפֿן, זאָגט ה׳. 34און דער נבֿיא, און דער כּהן, און דאָס פֿאָלק, װאָס װעט זאָגן די משׂא פֿון ה׳, װעל איך זיך אָפּרעכענען מיט יענעם מענטשן און מיט זײַן הױז. 35אַזױ זאָלט איר זאָגן איטלעכער צו זײַן חבֿר, און איטלעכער צו זײַן ברודער: װאָס האָט ה׳ געענטפֿערט? און: װאָס האָט ה׳ גערעדט? 36אָבער משׂא פֿון ה׳ זאָלט איר מער נישט דערמאָנען װאָרעם אַ משׂא װעט װערן פֿאַר איטלעכן זײַן אײגן װאָרט, װײַל איר פֿאַרדרײט די װערטער פֿון דעם לעבעדיקן אלֹקים, ה׳ צבָֿאוֹת אלוקינו. 37אַזױ זאָלסטו זאָגן צום נבֿיא: װאָס האָט דיר ה׳ געענטפֿערט? און: װאָס האָט ה׳ גערעדט? 38אָבער אַז איר זאָגט די משׂא פֿון ה׳ – פֿאַר װאָר, אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װײַל איר האָט געזאָגט דאָס דאָזיקע װאָרט די משׂא פֿון ה׳, װען איך האָב געשיקט צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט זאָגן די משׂא פֿון ה׳, 39דערום זעט, איך װעל אײַך רײַסנדיק אױסרײַסן, און װעל אַװעקװאַרפֿן אײַך, און די שטאָט װאָס איך האָב געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן, פֿון מײַן פּנים. 40און איך װעל ברענגען אױף אײַך אַן אײביקע חרפּה, און אַן אײביקע שאַנד, װאָס װעט נישט פֿאַרגעסן װערן.
1לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק. 2ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער. 3ווארום מיר, די מאמינים, קומען אריין אין דער מנוחה, ווי ער האט געזאגט:
הגם די מעשים זענען געווען פארענדיקט פונם אנהויב פון דער וועלט. 4ווארום וועגן דעם זיבעטן טאג האט ער אין א געוויסער שטעלע אזוי געזאגט:
5און אין דער דאזיקער שטעלע ווידער:
6דעריבער, אזוי ווי עס איז געבליבן פאר אייניקע אריינצוקומען אין דער מנוחה, און די, צו וועמען די בשורה טובה איז צום ערשט אנגעזאגט געווארן, זענען נישט אריינגעקומען דורך אומגלויבן, 7האט ער ווידער באשטימט א טאג, א היום (ציטירן ניטציטירן), זאגנדיק דורך דודן נאך א לאנגער צייט; לויט ווי עס איז פריער געזאגט געווארן:
8ווארום אויב יהושע וואלט זיי געהאט פארשאפט מנוחה, וואלט ער שפעטער נישט גערעדט פון אן אנדערן טאג. 9אזוי ארום בלייבט נאך א מנוחת שבת פאר ה׳ס פאלק. 10ווארום דער, וואס איז אריינגעקומען אין זיין מנוחה, האט אויך גערוט פון זיינע ווערק, ווי ה׳ פון זיינע.
11לאמיר זשע זיך פלייסן אריינצוקומען אין יענער מנוחה, כדי קיינער זאל נישט פאלן לויט דעם זעלביקן ביישפיל פון ווידערשפעניקייט. 12ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן. 13און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.
14דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין. 15ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא. 16לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.