AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 8
◄ Jeremiah 7
Jeremiah 8
יִרְמְיָה 8
Jeremiah 9 ►

1אין יענער צײַט, זאָגט ה׳, װעט מען אַרױסציען די בײנער פֿון די מלכים פֿון יהוּדה, און די בײנער פֿון זײַנע האַרן, און די בײנער פֿון די כּהנים, און די בײנער פֿון די נבֿיאים, און די בײנער פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, פֿון זײערע קבֿרים; 2און מע װעט זײ אױסשפּרײטן פֿאַר דער זון, און פֿאַר דער לבֿנה, און פֿאַר דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, װאָס זײ האָבן זײ ליב געהאַט, און װאָס זײ האָבן זײ געדינט, און װאָס זײ זײַנען געגאַנגען נאָך זײ, און װאָס זײ האָבן זײ געזוכט, און װאָס זײ האָבן זיך געבוקט צו זײ; נישט אײַנגעזאַמלט און נישט באַגראָבן װעלן זײ װערן; װי מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן. 3און טױט װעט זײַן ליבער פֿון לעבן דעם גאַנצן איבערבלײַב װאָס װעט בלײַבן פֿון דער דאָזיקער בײזער משפּחה, די װאָס װעלן איבערבלײַבן אין אַלע ערטער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

4און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
פֿאַלט מען און מע שטײט נישט אױף?
צי קערט מען זיך אָפּ, און מע קערט נישט צוריק?
5פֿאַר װאָס האָט זיך אָפּגעקערט דאָס דאָזיקע פֿאָלק, ירושָלַיִם,
אַן אײביקע אָפּקערונג?
זײ האַלטן זיך אָן באַטרוג,
זײ װילן נישט צוריקקערן.
6איך האָב געהאָרכט און זיך צוגעהערט,
נישט די ריכטיקײט רעדן זײ.
קײנער האָט נישט חרטה אױף זײַן שלעכטיקײט,
צו זאָגן: װאָס האָב איך געטאָן!
איטלעכער קערט זיך אַװעק אין זײַן געלאַף,
װי אַ פֿערד װאָס יאָגט אין מלחמה.
7אַפֿילו דער שטאָרך אין הימל װײס אירע געשטעלטע צײַטן,
און די טורטלטױב און די שװאַלב און דער בושל
היטן די צײַט פֿון זײער קומען;
נאָר מײַן פֿאָלק װײס נישט
דאָס געזעץ פֿון ה׳.
8װי קענט איר זאָגן: חכמים זײַנען מיר,
און די תּורה פֿון ה׳ איז בײַ אונדז?
פֿאַר װאָר, זע, צו פֿאַלשקײט האָט עס
די פֿאַלשע פֿעדער פֿון דעם שרײַבער געמאַכט.
9פֿאַרשעמט זײַנען די חכמים,
דערשראָקן און באַצװוּנגען;
זע, דאָס װאָרט פֿון ה׳ האָבן זײ פֿאַראַכט,[1]
און װאָסער חכמה איז בײַ זײ?
10דערום װעל איך געבן זײערע װײַבער צו אַנדערע,
און זײערע פֿעלדער צו אָפּיַרשער;
װאָרעם פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן
איז איטלעכער גײַציק נאָך געװין;
פֿון נבֿיא ביזן כּהן טוט איטלעכער פֿאַלשקײט.
11און זײ הײלן {רפא}[2] דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק אױף גרינג,
אַזױ צו זאָגן: שלום! שלום! װען קײן שלום איז נישטאָ.
12האָבן זײ זיך געשעמט װען זײ האָבן געטאָן תועבֿה?
װײַל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן;
צו מאָל שעמע שעמען זײ זיך נישט,
און פֿון קײן בושה װײסן זײ נישט;
דערום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע;
אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט
װעלן זײ געשטרױכלט װערן,
זאָגט ה׳.
13פֿאַרלענדן װעל איך זײ פֿאַרלענדן,
זאָגט ה׳;
קײן טרױבן אױפֿן װײַנשטאָק,
און קײן פֿײַגן אױפֿן פֿײַגנבױם,
און דאָס בלאַט פֿאַרװעלקט!
און װאָס איך האָב זײ געגעבן, װעט אַװעק פֿון זײ.
14נאָך װאָס זיצן מיר?
זאַמלט אײַך אײַן און לאָמיר אַרײַן אין די פֿעסטונגשטעט,
און דאָרטן פֿאַרשניטן װערן;
װאָרעם ה׳ אלוקינו האָט אונדז פֿאַרשניטן,
און אונדז אָנגעטרונקען מיט געפֿטװאַסער,
װײַל מיר האָבן געזינדיקט צו ה׳.
15געהאָפֿט אױף שלום, און קײן גוטס איז נישטאָ;
אױף אַ צײַט פֿון הײלונג, ערשט אַ שרעקעניש.
16פֿון דָן הערט זיך דאָס סאָפּען פֿון זײַנע פֿערד,
פֿון דעם קֹול פֿון די הירזשעס פֿון זײַנע אָגערס
ציטערט דאָס גאַנצע לאַנד;
און זײ קומען און פֿאַרצערן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט,
די שטאָט און די װױנער אין איר.
17װאָרעם זעט, איך שיק אָן אױף אײַך שלענג, פּיפּערנאָטערס,
װאָס פֿאַר זײ איז קײן שפּרוך נישטאָ,
און זײ װעלן אײַך בײַסן,
זאָגט ה׳.
18איך װיל מיך דערמונטערן אין קומער,
איז מײַן האַרץ אין מיר קראַנק.
19זע, אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק,
פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן:
איז ה׳ נישטאָ אין צִיוֹן? איז איר קיניג נישטאָ אין איר?
פֿאַר װאָס האָבן זײ מיך דערצערנט מיט זײערע געצן,
מיט נישטיקײטן פֿון דער פֿרעמד?
20אַריבער דער שניט, געענדיקט דער זומער,
און מיר זײַנען נישט געהאָלפֿן געװאָרן.
21איבער דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק בין איך צעבראָכן,
פֿינצטער בין איך, אַ שרעק האָט מיך אָנגענומען.
22איז קײן באַלזאַם נישטאָ אין גִלעָד?
צי איז קײן רופֿא {רפא}[3] נישטאָ דאָרט?
פֿאַר װאָס דען קומט נישט קײן הײלונג
צו דער טאָכטער מײַן פֿאָלק?
23 װער מאַכט מײַן קאָפּ װאַסער,
און מײַן אױג אַ קװאַל טרערן,
איך װאָלט באַװײנט טאָג און נאַכט
די דערשלאָגענע פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק!
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 7Jeremiah 9 ►