AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 1
◄ 2 Kings 25
Isaiah 1
יְשַעְיָה 1
Isaiah 2 ►

1די זעונג פֿון ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, װאָס ער האָט געזען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם, אין די טעג פֿון עוּזִיָהו, יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָהו, די מלכים פֿון יהוּדה.

2הערט איר הימלען, און פֿאַרנעם דו ערד,
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט:
קינדער האָב איך דערצױגן און אױפֿגעבראַכט,
און זײ האָבן געבראָכן אָן מיר.
3אַן אָקס װײס זײַן בַעַל־הבית,
און אַן אײזל די קאָריטע פֿון זײַן האַר;
יִשׂרָאֵל װײס נישט,
מײַן פֿאָלק קוקט זיך נישט אום.
4װײ, זינדיקע אומה,
פֿאָלק מיט פֿאַרברעכן באַשװערט,
זאָמען פֿון שלעכטסטוער, קינדער פֿאַרדאָרבענע!
פֿאַרלאָזט האָבן זײ ה׳,
געלעסטערט דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,
אַהינטער זיך אָפּגעקערט.
5װוּ נאָך װילט איר געשלאָגן װערן,
װאָס איר קערט אײַך נאָך מער אָפּ?
דער גאַנצער קאָפּ איז קראַנק,
און דאָס גאַנצע האַרץ איז אין װײטאָג;
6פֿון פֿוסטריט ביזן קאָפּ
איז אין אים קײן גאַנץ גליד נישטאָ,
נאָר אַ ריס און אַ בײל און אַן אײַטעריק װוּנד;
נישט אױסגעדריקט זײַנען זײ געװאָרן,
און נישט פֿאַרבונדן, און נישט מיט אײל דערװײכט.
7אײַער לאַנד איז אַ װיסטעניש,
אײַערע שטעט זײַנען אין פֿײַער פֿאַרברענט;
אײַער ערד – פֿרעמדע פֿאַרצערן זי אײַך אַנטקעגן,
און װיסט איז זי װי דער איבערקער פֿון אַ פֿלײצונג.
8און געבליבן איז טאָכטער צִיוֹן,
װי אַ בײַדל אין אַ װײַנגאָרטן,
װי אַ נאַכטלעג אין אַ פּלוצערפֿעלד,
װי אַ װאַכבוד פֿון ריטלעך.
9װען נישט ה׳ צבָֿאוֹת
װאָלט אונדז אַ קלײן איבערבלײַב געלאָזט,
װאָלטן מיר װי סדוֹם געװאָרן,
צו עַמוֹרָה װאָלטן מיר געװען געגליכן.
10הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳,
איר האַרן פֿון סדוֹם;
פֿאַרנעמט די תּורה פֿון אלוקינו,
איר פֿאָלק פֿון עַמוֹרָה.
11צו װאָס מיר
אײַערע פֿיל שלאַכטאָפּפֿער? זאָגט ה׳,
איך בין זאַט מיט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון װידערס,
און מיט פֿעטס פֿון געשטאָפּטע;
און בלוט פֿון אָקסן און שעפּסן און בעק
װיל איך נישט פֿאַרלאַנגען {חפץ}[1].[2]
12אַז איר קומט זיך װײַזן פֿאַר מיר,
װער בעט דאָס פֿון אײַך מײַנע הױפֿן צו טרעטן?
13נישט ברענגט מער קָרְבֳנוֹת (מִנְחָה) אומזיסט,
אַן אומװערדיקע דעמפֿונג איז דאָס מיר;
ראָש-חודש און שבת, רופֿן אַ פֿאַרזאַמלונגע –
אומרעכט מיט אײַנזאַמלונג קען איך נישט לײַדן;
14אײַערע ראָש-חודשן און אײַערע יוֹם-טובֿים
האָט פֿײַנט מײַן זעל;
זײ זײַנען מיר צו לאַסט געװאָרן,
איך קען זײ נישט פֿאַרטראָגן.
15און אַז איר שפּרײט אױס אײַערע הענט,
װעל איך פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אײַך;
און פֿיל איר זאָלט נישט תּפֿילה טאָן,
הער איך נישט צו;
אײַערע הענט זײַנען פֿול מיט בלוט.
16װאַשט אײַך, רײניקט אײַך,
טוט אָפּ אײַערע שלעכטע מעשׂים
פֿון קעגן מײַנע אױגן,
הערט אױף שלעכטס טאָן;
17לערנט גוטס טאָן,
זוכט גערעכטיקײט,
שטאַרקט דעם געדריקטן,
טוט רעכט דעם יתום,
נעמט זיך אָן פֿאַר דער אַלמנה.
18קומט נאָר, און לאָמיר זיך דורכרעדן,
זאָגט ה׳:
אױב אײַערע זינד װעלן װי קאַרמין זײַן,
װעלן זײ װײַס װי שנײ װערן;
אױב זײ װעלן רױט זײַן װי װערמילפֿאַרב,
װעלן זײ װי װאָל װערן.
19אױב איר װעט װעלן און װעט צוהערן,
װעט איר עסן דאָס גוטס פֿונעם לאַנד;
20אָבער אַז איר װעט נישט װעלן, און װעט װידערשפּעניקן,
װעט איר פֿון דער שװערד געגעסן װערן;
װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.
21װי איז אַ זוֹנה געװאָרן די געטרײַע שטאָט!
געװען פֿול מיט גערעכטיקײט,
רעכטפֿאַרטיקײט פֿלעגט רוען אין איר,
און אַצונדערטאָ – מערדערס.
22דײַן זילבער איז פּסולת געװאָרן,
דײַן טראַנק איז מיט װאַסער געמישט.
23דײַנע האַרן זײַנען אָפּקערערס,
און חבֿרים פֿון גנבֿים;
איטלעכער האָט ליב שוחד,
און יאָגט זיך נאָך געצאָלט;
דעם יתום טוען זײ נישט קײן רעכט,
און דער שטרײַט פֿון דער אַלמנה גײט זײ נישט אָן.
24דערום זאָגט דער האַר,
ה׳ צבָֿאוֹת, דער מאַכטיקער פֿון יִשׂרָאֵל:
אָ, איך װעל זיך שטילן אָן מײַנע פֿײַנט,
און זיך נוקם זײַן אָן מײַנע שׂונאים.
25און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף דיר,
און לײַטערן װי מיט לױג דײַנע פּסולת,
און אָפּטאָן אַלע דײַנע בלײַען.
26און איך װעל אומקערן דײַנע ריכטער װי צוערשט,
און דײַנע יוֹעצים װי אין אָנהײב;
דערנאָך װעט מען דיך רופֿן
דער כּרך פֿון גערעכטיקײט, די געטרײַע שטאָט.
27צִיוֹן װעט דורך גערעכטיקײט דערלײזט װערן,
און אירע צוריקגעקערטע דורך רעכטפֿאַרטיקײט.
28און אַ בראָך אױף די פֿאַרברעכער און זינדיקע אין אײנעם;
און די װאָס פֿאַרלאָזן ה׳, װעלן פֿאַרלענדט װערן.
29װאָרעם מע װעט צו שאַנד װערן
פֿון די אײכנבײמער װאָס איר האָט געגלוסט,
און איר װעט זיך שעמען
מיט די גערטנער װאָס איר האָט אױסדערװײלט.
30װאָרעם איר װעט זײַן װי אַ טערעבינט
װאָס זײַן בלאַט װערט פֿאַרװעלקט,
און װי אַ גאָרטן
װאָס האָט נישט קײן װאַסער.
31און דער שטאַרקער װעט װערן װי פֿלאַקסשטרױ,
און זײַן װערק אַ פֿונק
און בײדע אין אײנעם װעלן ברענען,
און קײן לעשער װעט נישט זײַן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 7 →

1נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים. 2און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים, 3אזוי צו זאגן: שעדיקט נישט די ערד, נישט דעם ים, נישט די ביימער, ביז מיר וועלן חתמענען די קנעכט פון אונדזער ג‑ט אויף זייערע שטערנס. 4און האב געהערט די צאל פון די פארחתמעט, הונדערט פיר און פערציק טויזנט, פארחתמעט פון אלע שבטים פון די קינדער ישראל:

5פון דעם שבט יהודה, צוועלף טויזנט פארחתמענט;
פון דעם שבט ראובן, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט גד, צוועלף טויזנט;
6פון דעם שבט אשר, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט נפתלי, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט מנשה, צוועלף טויזנט;
7פון דעם שבט שמעון, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט לוי, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט יששכר, צוועלף טויזנט;
8פון דעם שבט זבולון, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט יוסף, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט בנימין, צוועלף טויזנט פארחתמענט.

9נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט; 10און האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: די ישועה איז ביי אונדזער ג‑ט, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און ביי דעם לעמעלע. 11און אלע מלאכים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם כסא הכבוד און ארום די זקנים און די פיר חיות; און זענען אנידערגעפאלן פאר דעם כסא הכבוד אויף זייערע פנימער, און זיך געבוקט צו ה׳, 12זאגנדיק: אמן; די לויב און דער כבוד און די חכמה און דער דאנק און די ערע און די מאכט און די קראפט געהערן צו אונדזער ג‑ט לעלמי עולמים. אמן. 13און איינער פון די זקנים האט געענטפערט זאגנדיק צו מיר: ווער זענען די דאזיקע אנגעקליידטע אין ווייסע קליידער, און פונוואנען זענען זיי אהערגעקומען? 14און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע. 15דערפאר זענען זיי פאר ה׳ס כסא הכבוד; און דינען אים טאג און נאכט אין זיין היכל; און דער, וואס זיצט אויף דעם כסא הכבוד, וועט געבן זיין געצעלט איבער זיי. 16זיי וועלן מער נישט הונגערן, און זיי וועלן מער נישט דורשטן; די זון וועט זיי נישט שלאגן, נישט קיין היץ (ישעיהו מט, י.); 17ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Kings 25Isaiah 2 ►