AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 30
◄ Isaiah 29
Isaiah 30
יְשַעְיָה 30
Isaiah 31 ►
1װײ, קינדער אָפּקערער, זאָגט ה׳,
צו מאַכן עצות װאָס נישט פֿון מיר,
און צו װעבן געװעבן װאָס נישט מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ},
כּדי צו מערן זינד אױף זינד!
2די װאָס גײען נידערן קײן מִצרַיִם,
און מײַן מױל האָבן זײ נישט געפֿרעגט;
זיך צו שיצן אין דער באַשיצונג פֿון פַּרעהן,
און זיך צו באַשירעמען אין שאָטן פֿון מִצרַיִם.
3אָבער די באַשיצונג פֿון פַּרעהן װעט אײַך װערן צו בושה,
און די באַשירעמונג אין שאָטן פֿון מִצרַיִם צו שאַנד.
4װאָרעם אין צוֹעַן זײַנען געװען זײַנע האַרן,
און זײַנע שלוחים טוען קײן חָנֵס דערגרײכן.
5אַלע װעלן זײ זיך שעמען
איבער דעם פֿאָלק װאָס קען זײ נישט נוצן,
װאָס זײַנען נישט צו הילף און נישט צו נוץ,
נאָר צו בושה און צו חרפּה.

6די נבֿואה אױפֿן בהמות פֿון דָרום:

דורך אַ לאַנד פֿון נױט און אַנגסט,
װאָס די לײבינטע און דער לײב איז פֿון דאָרטן,
דער פּיפּערנאָטער און דער פֿליִעדיקער לינדװאָרעם,
פֿירן זײ אױפֿן רוקן פֿון יונגאײזלען זײערע פֿאַרמעגנס,
און אױפֿן הױקער פֿון קעמלען זײערע אוֹצרות,
צו אַ פֿאָלק װאָס קען נישט נוצן.
7און מִצרַיִם איז הבֿל און לײדיקײט;
דערפֿאַר האָב איך דאָס גערופֿן: רַהַב — זײ זײַנען אין רו.
8אַצונד קום פֿאַרשרײַב עס אױף אַ טאָװל בײַ זײ,
און אין אַ בוך פֿאַרצײכן עס,
און עס זאָל זײַן ביזן לעצטן טאָג,
אױף אײביק און שטענדיק.
9װאָרעם אַ װידערשפּעניק פֿאָלק איז דאָס,
קינדער לײקענער,
קינדער װאָס װילן נישט הערן
די לערנונג פֿון ה׳;
10װאָס זאָגן צו די נבֿיאים: איר זאָלט נישט נבֿיאות זאָגן;
און צו די זעערס:
איר זאָלט אונדז נישט זען די ריכטיקײט;
רעדט אונדז גלאַטע רײד,
זעט גענאַרענישן.
11קערט אײַך אָפּ פֿון װעג,
נײַגט אײַך אָפּ פֿון שטעג,
טוט אָפּ פֿון אונדזער פּנים דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל!
12דערום האָט דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל אַזױ געזאָגט:
װײַל איר פֿאַראַכט דאָס דאָזיקע װאָרט,
און איר האָט אײַך פֿאַרזיכערט אױף רױב און באַטרוג,
און אײַך אָנגעלענט דערױף,
13דערום װעט אײַך זײַן די דאָזיקע זינד
אַזױ װי אַן אָנקרײטיקער בראָך
אַנטפּלעקט אין אַ הױכער מױער,
װאָס פּלוצים-פּלוצלינג װעט קומען איר צעברעכעניש.
14און ער װעט זי צעברעכן װי מע צעברעכט
אַ טעפּערגעפֿעס צעהאַקן און נישט שױנען;
און אין אירע שטיקער װעט זיך נישט געפֿינען אַ שאַרבן
אױף אַרױסשאַרן פֿײַער פֿון אױװן,
אָדער אָנשעפּן װאַסער פֿון גרוב.
15װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט
אֲדֹנָי ה׳, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל:
דורך תּשובֿה און מנוחה װעט איר געהאָלפֿן װערן,
אין רו און זיכערקײט װעט זײַן אײַער גבֿורה;
אָבער איר האָט נישט געװאָלט.
16און איר האָט געזאָגט:
נײן, נײַערט אױף פֿערד װעלן מיר לױפֿן;
דערום װעט איר לױפֿן;
און: אױף פֿלינקע װעלן מיר רײַטן;
דערום װעלן פֿלינק זײַן אײַערע נאָכיאָגערס.
17אַ טױזנט פֿאַר דעם אָנגעשרײ פֿון אײנעם,
פֿאַר דעם אָנגעשרײ פֿון פֿינף װעט איר אַלע אַנטלױפֿן;
ביז װאַנען איר װעט בלײַבן װי אַ שטאַנג אױף אַ שפּיץ באַרג,
און װי אַ פֿאָן אױף אַ הױכן אָרט.
18אָבער פֿון דעסט װעגן טוט ה׳ האַרן
אײַך צו לײַטזעליקן,
און פֿון דעסט װעגן טוט ער גאַרן
אײַך צו דערבאַרעמען;
װאָרעם אַ ג-ט פֿון גערעכטיקײט איז ה׳,
װױל צו די װאָס האַרן אױף אים.

19װאָרעם דו פֿאָלק װאָס זיצסט אין צִיוֹן, אין ירושָלַיִם, װײנען װעסטו מער נישט װײנען; לײַטזעליקן װעט ער דיך לײַטזעליקן אױף דעם קֹול פֿון דײַן געשרײ, װי ער װעט הערן, טוט ער דיר ענטפֿערן. 20און אֲדֹנָי װעט אײַך געבן קאַרג ברױט און קנאַפּ װאַסער, אָבער דײַן לערער װעט מער נישט זײַן פֿאַרהױלן, און דײַנע אױגן װעלן זען דײַן לערער. 21און דײַנע אױערן װעלן הערן אַ װאָרט הינטער דיר, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער װעג, גײט אױף אים, סײַ איר װעט זיך קערן רעכטס, און סײַ איר װעט זיך קערן לינקס. 22און איר װעט פֿאַראומרײניקן דעם איבערצוג פֿון דײַנע זילבערגעצן, און דעם באַקלײד פֿון דײַן געגאָסענעם גאָלדגעץ. אַװעקװאַרפֿן װעסטו זײ אַזױ װי אומרײנס; אַרױס! װעסטו זאָגן דערצו. 23און ער װעט געבן רעגן פֿאַר דײַן זריעה װאָס דו װעסט זײען אין דער ערד, און דאָס ברױט פֿון דער תּבֿואה פֿון דער ערד װעט זײַן פֿעט און זאַפֿטיק. דײַן פֿיך װעט זיך פֿיטערן אין יענעם טאָג אױף אַ לאָנקע אַ ברײטער. 24און די רינדער און די יונגאײזלען װאָס באַאַרבעטן די ערד, װעלן עסן געשמאַקע פֿוטער, װאָס מע װינטשופֿלט מיט אַ װינטגאַפֿל און מיט אַ װינטשופֿל. 25און אױף יעטװעדער הױכן באַרג, און אױף יעטװעדער דערהױבענעם בערגל, װעלן זײַן בעכן, שטראָמען װאַסער, אין דעם טאָג פֿון גרױס טײטונג, װען טורעמס טוען פֿאַלן. 26און דאָס ליכט פֿון דער לבֿנה װעט זײַן װי דאָס ליכט פֿון דער זון, און דאָס ליכט פֿון דער זון װעט זײַן זיבנפֿאַך – װי דאָס ליכט פֿון זיבן טעג, אין דעם טאָג װאָס ה׳ פֿאַרבינדט דעם בראָך פֿון זײַן פֿאָלק, און דעם ריס פֿון זײַן װוּנד טוט ער הײלן {רפא}.[1]

27זע, דער נאָמען פֿון ה׳ קומט אָן פֿון דער װײַט,
זײַן צאָרן ברענט, און אַ שװערער רױך הײבט זיך אױף;
זײַנע ליפּן זײַנען פֿול מיט צאָרן,
און זײַן צונג װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט;
28און זײַן אָטעם װי אַ פֿלײציקער שטראָם,
װאָס גרײכט ביז צום האַלדז;
צו זיפּן די פֿעלקער אין אַ זיפּ פֿון פֿאַרװיסטונג,
מיט אַ פֿאַרפֿיריקער צאַם אױף די באַקן פֿון די אומות.

29אַ געזאַנג װעט בײַ אײַך זײַן, װי אין דער נאַכט װאָס אַ יוֹם-טובֿ װערט געהײליקט, און אַ האַרציקע שׂימחה, װי בײַ דעם װאָס גײט מיט אַ פֿלײט, צו קומען אױפֿן באַרג פֿון ה׳, צום פֿעלדז פֿון יִשׂרָאֵל. 30און ה׳ װעט לאָזן הערן דעם הילך פֿון זײַן קֹול, און װעט װײַזן דעם אַראָפּלאָז פֿון זײַן אָרעם, מיט גרימצאָרן[2] און פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט, מיט װאָלקנבראָך און פֿלײצונג און האָגלשטײן. 31װאָרעם פֿון דעם קֹול פֿון ה׳ װעט צעבראָכן װערן אשור, די רוט מיט װאָס ער פֿלעגט שלאָגן. 32און װוּ נאָר עס גײט דורך דער שטעקן פֿון באַשערונג, װאָס ה׳ װעט אַראָפּלאָזן אױף אים, װעט עס זײַן מיט פּױקן און מיט האַרפֿן; און מיט אױפֿגעהױבענע מלחמות װעט ער מלחמה האַלטן אױף זײ. 33װאָרעם אָנגעגרײט פֿון נעכטן איז דער פֿײַעראָרט, יאָ, פֿאַרן מלך איז ער צוגעגרײט, טיף איז ער, ברײט איז ער; זײַן הױפֿן האָט פֿײַער און האָלץ אַ סך, ה׳ס אָטעם טוט ברענען װי אַ טײַך שװעבל דערין.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 John 2 →

1קינדער מיינע, דאס שרייב איך אייך, כדי איר זאלט נישט זינדיקן. און ווען עמיצער זינדיקט יא, האבן מיר א מליץ (יושר) ביי דעם פאטער, יהושע/ישוע המשיחן, דעם צדיק; 2און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט. 3און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן. 4ווער עס זאגט: איך קען אים, און היט נישט אפ זיינע געבאטן, דער איז א ליגנער, און דער אמת איז נישט אין אים; 5ווער אבער עס היט יא אפ זיין ווארט, ווערט ה׳ס ליבע באמת פארפאלקאמט אין אים. דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר זענען אין אים: 6ווער עס זאגט, אז ער בלייבט אין אים, דער איז מחייב צו לעבן אזוי, ווי ער האט געלעבט. 7געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט. 8ווידער שרייב איך אייך א ניי געבאט, וואס איז אמת אין אים און אין אייך; ווייל די פינצטערניש פארגייט, און דאס ווארהאפטיקע ליכט שיינט שוין. 9ווער עס זאגט, אז ער איז אין דעם ליכט, און האט פיינט דעם ברודער זיינעם, דער איז (נאך) אין דער פינצטערניש ביז איצט. 10ווער עס האט ליב זיין ברודער, דער בלייבט אין דעם ליכט, און קיין מיכשול איז אין אים נישט פאראן. 11ווער אבער עס האסט זיין ברודער, דער איז אין דער פינצטערניש, און גייט אין דער פינצטערניש, און ווייסט נישט וואו אהין ער גייט, ווייל די פינצטערניש האט אים פארבלענדט די אויגן.

12איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען. 13איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער. 14איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). 15האט נישט ליב די וועלט, אויך נישט די זאכן, וואס זענען אין דער וועלט. אויב איינער האט ליב די וועלט, איז דעם פאטערס ליבע נישט אין אים. 16ווייל אלץ, וואס געפינט זיך אין דער וועלט, די גלוסטיקייט פון דעם פלייש און די תאווה פון די אויגן און דער שטאלץ פון לעבן, איז נישט פון דעם פאטער, נאר פון דער וועלט. 17און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק. 18קינדער, עס איז די לעצטע שעה; און ווי איר האט געהערט, אז דער אנטי‑משיח קומט, אזוי זענען איצט פאראן א סך קעגנער פונם משיח; דערפאר ווייסן מיר, אז עס איז די לעצטע שעה. 19פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז. 20און איר האט א זאלבונג פון הקדוש ברוך הוא, און אלע פון איר האבן דערקענטעניש. 21איך האב אייך נישט געשריבן, ווייל איר קענט נישט דעם אמת, נאר ווייל איר קענט אים, און ווייל (איר ווייסט, אז) קיין שקר איז נישט אויס דעם אמת. 22ווער איז דער ליגנער, אויב נישט דער, וועלכער לייקנט אפ, אז יהושע/ישוע איז דער משיח? דער דאזיקער איז דער אנטי‑משיח, וועלכער פארלייקנט דעם פאטער און דעם זון. 23יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך. 24זאל בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן. אויב עס וועט בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן, וועט איר אויך בלייבן אין דעם זון און אין דעם פאטער. 25און דאס דאזיקע איז די הבטחה, וועלכע ער האט אונדז צוגעזאגט: דאס אייביקע לעבן. 26דאס האבן איך אייך געשריבן וועגן די, וואס פארפירן אייך. 27און איר, די זאלבונג, וואס איר האט באקומען פון אים, בלייבט אין אייך, און איר דארפט נישט, אז עמיצער זאל אייך לערנען; נאר ווי זיין זאלבונג לערנט אייך וועגן אלעם, און איז ווארהאפטיק, און נישט קיין שקר, און ווי זי האט אייך געלערנט, אזוי זאלט איר בלייבן אין אים. 28און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען. 29אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 29Isaiah 31 ►