AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 48
◄ Isaiah 47
Isaiah 48
יְשַעְיָה 48
Isaiah 49 ►
1הערט דאָס צו, איר הױז פֿון יעקבֿ,
די װאָס װערן גערופֿן מיטן נאָמען יִשׂרָאֵל,
און פֿון קװאַל פֿון יהוּדה זײַנען זײ אַרױס;
װאָס שװערן בײַם נאָמען ה׳,
און אלוקי יִשׂרָאֵל דערמאָנען זײ –
נישט מיט אמת, און נישט מיט גערעכטיקײט.
2װאָרעם אױף דער הײליקער שטאָט רופֿן זײ זיך,
און אױף אלוקי יִשׂרָאֵל לענען זײ זיך,
װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
3דאָס פֿריִערדיקע האָב איך פֿון אַ מאָל אָנגעזאָגט,
און פֿון מױל איז עס אַרױס,
און איך האָב עס געלאָזט הערן;
פּלוצעם האָב איך געטאָן, און עס איז געשען.
4װײַל איך האָב געװוּסט אַז האַרט ביסטו,
און אַן אײַזערנער אָדער איז דײַן נאַקן,
און דײַן שטערן איז קופּער;
5דערום האָב איך דיר אָנגעזאָגט פֿון אַ מאָל,
אײדער עס איז געקומען, האָב איך דיך געלאָזט הערן;
כּדי זאָלסט נישט זאָגן: מײַן געץ האָט עס געטאָן,
און מײַן געשניצט און מײַן געגאָסן בילד האָט עס באַפֿױלן.
6האָסט געהערט, זע, אַל דאָס דאָזיקע,
און איר װעט עס דאָך צוגעבן;
איך האָב דיך געלאָזט הערן נײַסן אַצונד,
און פֿאַרבאָרגנס װאָס דו האָסט נישט געװוּסט.
7אַצונד איז עס באַשאַפֿן געװאָרן, און נישט פֿון אַ מאָל,
און אַ טאָג פֿריִער האָסטו פֿון דעם נישט געהערט;
כּדי זאָלסט נישט זאָגן: זע, איך האָב עס געװוּסט.
8נישט צו מאָל געהערט האָסטו, נישט צו מאָל געװוּסט האָסטו,
נישט צו מאָל געעפֿנט האָט זיך דײַן אױער פֿון אַ מאָל;
װאָרעם איך האָב געװוּסט אַז פֿעלשן װעסטו פֿעלשן,
און פֿאַרברעכער פֿון מוטערלײַב האָט מען דיך גערופֿן.
9פֿון מײַן נאָמען װעגן װעל איך אײַנהאַלטן מײַן צאָרן,
פֿון מײַן לױב װעגן װעל איך מיך צאַמען קעגן דיר,
כּדי דיך נישט צו פֿאַרשנײַדן {כרת}.[1]
10זע, איך האָב דיך געלײַטערט, אָבער נישט װי זילבער,
איך האָב דיך געפּרוּװט אין שמעלצאױװן פֿון פּײַן.
11פֿון מײַנעט װעגן, פֿון מײַנעט װעגן װעל איך טאָן;
װאָרעם װי זאָל מײַן נאָמען פֿאַרשװעכט װערן?
און מײַן כּבֿוד װעל איך קײן אַנדערן נישט געבן.
12הער מיר צו, יעקבֿ,
און יִשׂרָאֵל מײַן גערופֿענער:
איך בין דאָס; איך בין דער ערשטער,
איך בין אױך דער לעצטער.[2]
13יאָ, מײַן האַנט האָט געגרונטפֿעסט די ערד,
און מײַן רעכטע האָט אױסגעשפּרײט די הימלען;
איך רוף צו זײ,
שטעלן זײ זיך אױף אין אײנעם.
14זאַמלט אײַך אײַן, איר אַלע, און הערט:
װער צװישן זײ האָט פֿאַרױסגעזאָגט דאָס דאָזיקע?
דער װאָס ה׳ האָט אים[3] ליב, װעט טאָן זײַן באַגער אין בָבֿל,
און זײַן אָרעם װעט זײַן אױף די כַּשׂדים.
15איך, איך האָב גערעדט, און האָב אים[4] גערופֿן,
אים געבראַכט, און ער װעט באַגליקן אױף זײַן װעג.
16גענענט צו מיר,[5] הערט דאָס צו:
פֿון אָנהײב אָן האָב איך נישט אין פֿאַרבאָרגעניש גערעדט,
פֿון זינט עס געשעט בין איך דערבײַ;
און אַצונד האָט אֲדֹנָי ה׳ מיך[6] געשיקט מיט זײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ}.[7]
17אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן אױסלײזער {גֹּואֵל},[8]
דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
איך, ה׳ דײַן ג-ט, לערן דיך צו נוץ,
פֿיר דיך אױף דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן.[9]
18הלװאַי װאָלסטו פֿאַרנומען מײַנע געבאָט,
װאָלט געװען װי אַ טײַך דײַן שלום,
און דײַן הילף װי די אינדן פֿון ים;
19און געװען װי זאַמד װאָלט דײַן זאָמען,
און די שפּראָצן פֿון דײַן לײַב װי זײַנע קערנער;
נישט פֿאַרשניטן און נישט פֿאַרטיליקט
װאָלט װערן זײַן נאָמען פֿון פֿאַר מיר.
20גײט אַרױס פֿון בָבֿל,
אַנטלױפֿט פֿון די כַּשׂדים,
מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג;
זאָגט אָן, מאַכט דאָס הערן,
טראָגט עס פֿונאַנדער ביז צום עק פֿון דער ערד;
זאָגט: ה׳ האָט אױסגעלײזט יעקבֿ זײַן קנעכט.
21און זײ האָבן נישט געדאָרשט
װען ער האָט זײ דורך װיסטענישן געפֿירט;
װאַסער פֿון פֿעלדז האָט ער געמאַכט רינען פֿאַר זײ;
יאָ, אַ פֿעלדז האָט ער געשפּאָלטן,
און װאַסער האָט געפֿלאָסן.
22נישטאָ קײן שלום, זאָגט ה׳,
פֿאַר די רשעים.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 2 →

1דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן; 2און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן. 3צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט? 4אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און צוריקגעהאלטנקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן? 5דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט, 6וואס וועט יעדן פארגעלטן לויט זיינע מעשים: (משלי כד, ב.) 7צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן; 8אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן; 9ליידן און אנגסט אויף יעדן מענטשלעכן נפש, וואס טוט שלעכטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך. 10אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך; 11ווארום ה׳ איז נישט קיין נושא פנים. (דברים י, יז.) 12ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה; 13ווייל נישט די, וואס הערן די תורה, זענען גערעכט ביי ה׳, נאר די, וואס טאן (וואס) די תורה (זאגט), וועלן גערעכטפערטיקט ווערן; 14ווארום ווען די אומות העולם, נישט האבנדיק די תורה, טאן פון זייער טבע לויט (ווי) די תורה (שרייבט פאר), זיי, הגם נישט האבנדיק קיין תורה, זענען א תורה פאר זיך אליין. 15זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק; 16אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.

17אבער אויב דו רופסט דיך ייד און שטיצטסט דיך אויף דער תורה און בארימסט דיך מיט ה׳, 18און קענסט זיין רצון און, ווייסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס, זייענדיק געלערנט אין דער תורה, 19און ביסט איבערצייגט, אז דו אליין ביסט א פירער פון בלינדע—א ליכט פאר די, וואס זענען אין דער פינסטער, 20א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי-מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה; 21דעריבער דו, וואס לערנסט אן אנדערן, פארוואס לערנסטו נישט דיך אליין? דו דרשנסט, מען זאל נישט גנבענען, און אליין גנבעסטו! 22דו, וואס זאגסט, מען זאל נישט מזנה זיין, ביסטו מזנה! דו פאראומווירדיקסט די געצן, בארויבסטו דעם געצן טעמפל? 23דו, וואס בארימסט דיך מיט דער תורה, שענדסט דו ה׳ דורך עובר זיין די תורה! 24ווארום ה׳ס נאמען ווערט דורך אייך געלעסטערט צווישן די פעלקער, אזוי ווי עס שטייט געשריבן. (ישעיהו נב, ה.)

25ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה. 26דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה? 27און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה? 28ווייל נישט דער איז א ייד, וואס איז (א ייד) אויסערלעך, מילה איז אויך נישט דאס, וואס איז בלויז אויסערלעך אינם גוף; 29נאר א ייד איז דער, וואס איז אינערלעך אזעלכער, און מילה איז אינם הארצן לויטן גייסט, נישט לויט דעם אות, וועמעס לויב איז נישט פון מענטשן, נאר פון ה׳.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 47Isaiah 49 ►