AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 59
◄ Isaiah 58
Isaiah 59
יְשַעְיָה 59
Isaiah 60 ►
1זעט, די האַנט פֿון ה׳ איז נישט קורץ צו העלפֿן,
און זײַן אױער איז נישט שװער צו הערן;
2נאָר אײַערע זינד פֿלעגן צעשײדן צװישן אײַך און אלוקיכם,
און אײַערע חטאָים האָבן פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון אײַך,
נישט צוצוהערן.[1]
3װאָרעם אײַערע הענט זײַנען באַפֿלעקט מיט בלוט,
און אײַערע פֿינגער מיט זינד;
אײַערע ליפּן זאָגן ליגן,
אײַערע צונג רעדט אומרעכט.
4קײנער לאָדט נישט מיט גערעכטיקײט,
און קײנער טענהט נישט מיט אמת;
מע פֿאַרזיכערט זיך אױף נישט, און מע רעדט פֿאַלש,
מע טראָגט אומגליק, און מע געבערט אומרעכט.
5אײַער פֿון אַ שלאַנג בריִען זײ אױס,
און שפּינװעבס טוען זײ װעבן;
דער װאָס עסט פֿון זײערע אײַער שטאַרבט,
און דאָס צעדריקטע ברעכט אױס אין אַן אָטערשלאַנג.
6זײערע געװעבן זײַנען נישט אױף אַ בגד,
און מען קען זיך נישט צודעקן מיט זײערע אַרבעט;
זײערע אַרבעט איז אַרבעט פֿון אומרעכט,
און אױפֿטו פֿון רױב איז אין זײערע הענט.
7זײערע פֿיס לױפֿן צו שלעכטס,
און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;
זײערע טראַכטונגען זײַנען טראַכטונגען פֿון אומרעכט,
פֿאַרװיסטונג און בראָך זײַנען אין זײערע שליאַכן.
8דעם װעג פֿון שלום װײסן זײ נישט,
און נישטאָ קײן גערעכטיקײט אין זײערע גענג;
זײ האָבן פֿאַרקרימט זײערע שטעגן,
קײנער װאָס טרעט דערױף װײס נישט פֿון שלום.
9דערום איז גערעכטיקײט װײַט פֿון אונדז,
און אונדז דערגרײכט נישט קײן הילף;
מיר האָפֿן אױף ליכט, ערשט עס איז חושך,
אױף שײַן, און מיר גײען אין פֿינצטערניש.
10מיר טאַפּן װי בלינדע אָן דער װאַנט,
און אַזױ װי אָן אױגן טאַפּן מיר אַרום;
מיר שטרױכלען אין מיטן טאָג, װי אין אָװנט,
מיר זײַנען צװישן געזונטע אַזױ װי די מתים.
11מיר ברומען װי די בערן אַלע,
און קלאָגן װי די טױבן קלאָגן מיר;
מיר האָפֿן אױף גערעכטיקײט, און נישטאָ,
אױף אַ ישועה, און זי איז װײַט פֿון אונדז.
12װאָרעם פֿיל זײַנען אונדזערע פֿאַרברעכן פֿאַר דיר,
און אונדזערע חטאָים זאָגן עדות קעגן אונדז;
װאָרעם אונדזערע פֿאַרברעכן זײַנען בײַ אונדז,
און אונדזערע זינד – זײ װײסן מיר װױל:
13ברעכן און לײקענען אָן ה׳,
און זיך אָפּקערן פֿון הינטער אלוקינו,
רעדן רױב און אָפּקערונג,
טראָגן און אַרױסברענגען פֿון האַרצן פֿאַלשע רײד.
14און אָפּגעטרעטן אַהינטער איז גערעכטיקײט,
און רעכטפֿאַרטיקײט שטײט פֿון דער װײַטן,
װאָרעם געשטרױכלט אין גאַס איז דער אמת,
און ערלעכקײט קען נישט אַרײַנקומען.
15און דער אמת פֿעלט,
און דער װאָס קערט זיך אָפּ פֿון בײז,
װערט פֿאַר משוגע געהאַלטן.
און ה׳ האָט געזען,
און עס איז געװען שלעכט אין זײַנע אױגן,
װאָס קײן גערעכטיקײט איז נישטאָ.
16און ער האָט געזען, אַז קײן מענטש איז נישטאָ,
און זיך פֿאַרװוּנדערט, װאָס קײנער שטעלט זיך נישט אײַן;
האָט אים זײַן אָרעם[2] געהאָלפֿן,
און זײַן גערעכטיקײט,[3] זי האָט אים אונטערגעלענט.
17און ער האָט אָנגעטאָן גערעכטיקײט װי אַ שילד,
און אַ קיװער פֿון הילף אױף זײַן קאָפּ;
און ער האָט אָנגעטאָן קלײדער פֿון נקמה צום מלבוש,
און זיך אײַנגעװיקלט װי אין אַ מאַנטל אין צאָרן.
18אַזױ װי נאָך די טוּונגען, אַזױערנאָך װעט ער באַצאָלן,
גרימצאָרן צו זײַנע פֿײַנט, פֿאַרגעלטונג צו זײַנע שׂונאים;
צו די אינדזלען װעט ער פֿאַרגעלטונג באַצאָלן.
19און מע װעט מורא האָבן פֿאַרן נאָמען ה׳ פֿון מערבֿ,
און פֿון אױפֿגאַנג פֿון זון פֿאַר זײַן כּבֿוד;
װאָרעם דער פֿײַנט װעט אַרײַנקומען װי אַ טײַך,
און דער רוּחַ {הַקֹּדֶשׁ} פֿון ה׳ װעט זיך אױפֿהײבן אַ פֿאָן קעגן אים.
20און דער אױסלײזער[4] {גֹּואֵל}[5] װעט קומען צו צִיוֹן,
און צו אים װאָס טוען אַװעקנעמען זינד[6] אין יעקבֿ,
זאָגט ה׳.[7]

21און איך – דאָס איז מײַן ברית מיט זײ, זאָגט ה׳: מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} װאָס אױף דיר, און מײַנע װערטער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן מױל, װעלן זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדער, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדס-קינדער, זאָגט ה׳, פֿון אַצונד און ביז אײביק.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteHebrews 10 →

1ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס. 2ווייל אין קעגנפאל וואלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צו ברענגען? צוליב דעם וואס די, וועלכע ריכטן אפ די עבודה, זייענדיק איינמאל גערייניקט געווארן, וואלטן מער נישט געהאט קיין געוויסן פון זינד. 3נאר אין די דאזיקע (קרבנות) איז פאראן א יערלעכע דערמאנונג פון זינד. 4ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד. 5דערפאר, אריינקומענדיק אין דער וועלט, זאגט ער:

א זבח און א מנחה האסטו נישט פארלאנגט,
נאר א גוף האסטו מיר צוגעגרייט;
6עולות און קרבנות פאר זינד זענען דיר נישט וואוילגעפעלן.
7דעמאלט האב איך געזאגט: אָט בין איך געקומען,
אין דער מגילת ספר שטייט געשריבן וועגן מיר,
צו טאן דיין רצון, אָ ג‑ט!
(תהלים מ, ז-ט.)

8זאגנדיק אויבן (ציטירן ניטציטירן) א זבח און א מנחה און עולות און קרבנות פאר זינד האסטו נישט פארלאנגט, נישט זענען זיי דיר וואוילגעפעלן, וועלכע זענען מקריב געווארן לויט דער געזעץ, 9האט ער דאן געזאגט: אָט בין איך געקומען צו טאן דיין רצון. ער האט אפגעשאפט דאס ערשטע, כדי דאס צווייטע צו באשטעטיקן, 10אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל. 11און איטלעכער כהן שטייט טאג אויס טאג איין, דינענדיק און מקריב זייענדיק די זעלביקע קרבנות, וועלכע קענען קיינמאל נישט אוועקנעמען זינד; 12ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט; 13ווארטנדיק פון דעמאלט אָן ביז זיינע פיינט וועלן געלייגט ווערן ווי א פוסבענקעלע צו זיינע פיס. 14ווארום ער האט מיט איין קרבן שלמותדיק געמאכט אויף אייביק די, וואס זענען געהייליקט געווארן. 15און אויך דער רוח הקודש זאגט עדות צו אונדז; ווארום נאכדעם ווי ער האט געזאגט:

16דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן
מיט זיי נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט),
איך וועל געבן מיין תורה אין זייערע הערצער
און אויף זייער פארשטאנד וועל איך זי שרייבן;
17און זייערע זינד און זייערע חטאים
וועל איך מער נישט געדענקען.
(ירמיהו לא, לב-לג.)

18און וואו עס איז פאראן א פארגעבונג פון די דאזיקע, דארט גיבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד.

19דעריבער, ברידער, האבנדיק דרייסטקייט אריינצוגיין אינם קדשי קדשים דורך דעם בלוט פון יהושען/ישוען, 20פון (יהדות) דרך (ה׳), וועלכן ער האט פאר אונדז איינגעווייט, א נייעם און לעבעדיקן דורך דעם פרוכת, דאס הייסט זיין פלייש, 21און (האבנדיק) א כהן גדול איבער דעם הויז פון ה׳, 22לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער; 23לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט; 24און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים; 25נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.

26ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד, 27נאר א שרעקלעך ווארטן אויף דעם משפט און געפערלעך פייער, וואס וועט פארצערן די ווידערשפעניקע. 28עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי; 29וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד. 30ווארום מיר קענען אים, וואס האט געזאגט:

צו מיר געהערט נקמה,
איך וועל באצאלן.

און ווידער:

דער האר (ג‑ט) וועט משפטן זיין פאלק.
(דברים לב, לה-לו.)

31עס איז שרעקלעך אריינצופאלן אין די הענט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט. (דברים ד, כד.)

32דערמאנט זיך אבער די ערשטע טעג, אין וועלכע דאס ליכט איז אייך אויפגעגאנגען, דעם ראנגלעניש פון ליידן, וואס איר האט דערטראגן; 33טיילווייז זענט איר געווארן א ספעקטאקל דורך חרפות און צרות, און טיילווייז דורכן נעמען אן אנטייל מיט די, וואס זענען אזוי באהאנדלט געווארן. 34ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום. 35ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר. 36ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה.

37ווארום נאך א קליינע, קליינע וויילע,
דער, וואס קומט, וועט קומען און זיך נישט זוימען.
38און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן;
און אויב ער וועט זיך צוריקציען,
האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים.
(חבקוק ב, ג-ד.)

39מיר אבער זענען נישט פון די, וואס ציען זיך צוריק צו פארדארבונג, נאר וואס דורך אמונה ראטעווען זייער נפש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 58Isaiah 60 ►