AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 51
◄ Isaiah 50
Isaiah 51
יְשַעְיָה 51
Isaiah 52 ►
1הערט מיר צו, איר װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט,
איר װאָס זוכט ה׳:
קוקט אױף דעם פֿעלדז פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעהאַקט,
און אױף דער ברונעמגרוב פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעגראָבן;
2קוקט אױף אבֿרהם אײַער פֿאָטער,
און אױף שׂרהן װאָס האָט אײַך געבאָרן;
הגם אײנער, האָב איך אים גערופֿן,
כּדי איך זאָל אים בענטשן, און זאָל אים מערן.
3פֿאַר װאָר, ה׳ טוט טרײסטן צִיוֹן,
ער טרײסט אַלע אירע חורבֿות;
ער װעט מאַכן אירע מדבר אַזױ װי עֵדֶן,
און אירע װיסטע ערטער אַזױ װי דעם גאָרטן פֿון ה׳,
פֿרײד און שׂימחה װעט אין איר געפֿונען װערן,
לױב און אַ קֹול פֿון געזאַנג.
4האָרכט צו מיר, מײַן פֿאָלק,
און פֿאַרנעמט צו מיר, מײַן אומה,
װאָרעם אַ תּורה װעט אַרױסגײן פֿון מיר,
און מײַן משפּט װעל איך צום ליכט פֿון די פֿעלקער אַרױסלאָזן.
5נאָנט איז מײַן גערעכטיקײט,
אַרױס איז מײַן הילף,
און מײַנע אָרעמס װעלן משפּטן די פֿעלקער;
די אינדזלען װעלן האָפֿן אױף מיר,
און אױף מײַן אָרעם[1] װעלן זײ האָפֿן.
6הײבט אױף צו די הימלען אײַערע אױגן,
און קוקט אױף דער ערד פֿון אונטן,
װאָרעם די הימלען װערן װי רױך צעקראָכן,
און די ערד װעט װי אַ בגד צעפֿאַלן,
און אירע באַװױנער װעלן װי אומגעציפֿער שטאַרבן;
אָבער מײַן הילף װעט זײַן אײביק,
און מײַן גערעכטיקײט װעט נישט אָפּגעבראָכן װערן.
7הערט מיר צו, איר װאָס װײסט גערעכטיקײט,
דאָס פֿאָלק װאָס מײַן תּורה איז אין זײער האַרצן:
איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַרן שמאַך פֿון מענטשן,
און פֿאַר זײערע לעסטערונגען זאָלט איר נישט אַנגסטן.
8װאָרעם אַזױ װי אַ בגד װעט זײ מאָיל אױפֿעסן,
און אַזױ װי װאָל װעט זײ דער װאָרעם אױפֿעסן,
אָבער מײַן גערעכטיקײט װעט זײַן אײביק,
און מײַן הילף אױף דור-דורות.
9דערװעק דיך, דערװעק דיך,
באַקלײד דיך מיט שטאַרקײט, דו אָרעם {זְרֹועַ}[2] פֿון ה׳;
דערװעק דיך װי אין די טעג פֿון אַ מאָל,
אין די דורות פֿון פֿאַרצײַטן.
ביסטו נישט דער װאָס האָט צעהאַקט רַהַבֿ,
װאָס האָט אַרײַנגעשטאָכן {חלל}[3] די שלאַנג?
10ביסטו נישט דער װאָס האָט אױסגעטריקנט דעם ים,
די װאַסערן פֿון דעם תּהום דעם גרױסן;
װאָס האָט געמאַכט די טיפֿענישן פֿון ים פֿאַר אַ װעג,
פֿאַר די אױסגעלײזטע אַריבערצוגײן?
11און די דערלײזטע פֿון ה׳ זאָלן זיך אומקערן,
און קומען קײן צִיוֹן מיט געזאַנג,
און אַן אײביקע שׂימחה זאָל זײַן אױף זײער קאָפּ;
שָׂשׂון-וּשׂימחה זאָל זײ אָניאָגן,
אַנטלױפֿן זאָלן טרױער און זיפֿצעניש.
12איך, איך בין אײַער טרײסטער;
װער ביסטו, זאָלסט מורא האָבן פֿאַר אַ מענטשן װאָס שטאַרבט,
און פֿאַר אַ מענטשנקינד װאָס װערט צו גראָז געמאַכט?
13און האָסט פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן באַשעפֿער,
װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען,
און געגרונטפֿעסט די ערד;
און האָסט געאַנגסט נאָכאַנאַנד אַ גאַנצן טאָג
פֿאַרן גרימצאָרן פֿון דעם דריקער,
װי ער האָט זיך אָנגעברײט אומצוברענגען;
אָבער װוּ איז דער גרימצאָרן פֿון דעם דריקער?
14גיך װערט דער געפֿאַנגענער אָפּגעבונדן,
און ער װעט נישט שטאַרבן אין גרוב {שַׁחַת}[4],
און נישט געמינערט װערן װעט זײַן ברױט.
15װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט,
װאָס צערודערט דעם ים, און זײַנע אינדן ברומען,
װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
16און איך האָב אַרײַנגעטאָן מײַנע װערטער אין דײַן מױל,
און מיטן שאָטן פֿון מײַן האַנט האָב איך דיך צוגעדעקט,
כּדי צו פֿלאַנצן די הימלען, און צו גרונטפֿעסטן די ערד,
און זאָגן צו צִיוֹן: מײַן פֿאָלק ביסטו.
17דערװעק דיך, דערװעק דיך, שטײ אױף, ירושָלַיִם,
דו װאָס האָסט געטרונקען פֿון ה׳ס האַנט
דעם כָּוס פֿון זײַן גרימצאָרן; דעם בעכער,
דעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש, געטרונקען און אױסגעזױגן.
18נישטאָ װער זאָל זי פֿירן,
פֿון אַלע זין װאָס זי האָט געבאָרן,
און נישטאָ װער זאָל האַלטן איר האַנט,
פֿון אַלע זין װאָס זי האָט אױפֿגעצױגן.
19די בײדע האָבן דיך געטראָפֿן –
װער קען דיך באַקלאָגן?
פֿאַרװיסטונג און בראָך, און הונגער און שװערד –
װי קען איך דיך טרײסטן?
20דײַנע זין ליגן געחלשטע אין אַלע עק גאַסן,
װי אַ װילדציג אין נעץ;
פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון ה׳,
מיט דעם אָנגעשרײ פֿון דײַן ג-ט.
21דערום הער נאָר צו דאָס דאָזיקע, דו אָרימע,
און פֿאַרשיכּורטע, אָבער נישט פֿון װײַן;
22אַזױ האָט געזאָגט דײַן האַר ה׳,
און דײַן ג-ט װאָס נעמט זיך אָן פֿאַר זײַן פֿאָלק:
זע, איך האָב אַװעקגענומען פֿון דײַן האַנט
דעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש,
דעם בעכער, דעם כָּוס פֿון מײַן גרימצאָרן;
װעסט אים מער װידער נישט טרינקען.
23און איך װעל אים אַרײַנטאָן אין דער האַנט פֿון דײַנע װײטוער,
װאָס האָבן געזאָגט צו דײַן זעל:
בײג זיך אײַן, מיר זאָלן אַריבערגײן;
און האָסט געמאַכט װי די ערד דײַן רוקן,
און װי די גאַס פֿאַר אַריבערגײער.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 14 →

1און איך האב געזען, און אָט דאס לעמעלע איז געשטאנען אויף דעם הר ציון, און מיט אים הונדערט פיר און פערציק טויזנט, וועלכע האבן געהאט זיין נאמען און זיין פאטערס נאמען אויפגעשריבן אויף זייערע שטערנס. 2און איך האב געהערט א קול פון הימל, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן, און ווי דאס קול פון א געוואלטיקן דונער; און דאס קול, וואס איך האב געהערט, איז געווען ווי פון הארפנשפילער שפילנדיק אויף זייערע הארפעס; 3און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד. 4די דאזיקע זענען עס, וואס האבן זיך נישט באפלעקט מיט קיין פרויען; ווארום זיי זענען (ווי) בתולות. די דאזיקע פאלגן נאך דאס לעמעלע, וואו עס גייט נאר. די דאזיקע זענען אויסגעקויפט געווארן פון צווישן די מענטשן, ווי ביכורים פאר ה׳ און פאר דעם לעמעלע; 5און אין זייער מויל איז נישט געפונען געווארן קיין שקר; ווארום זיי זענען אָן א מום. 6און איך האב געזען אן אנדערן מלאך פליען אינמיטן הימל, האבנדיק אן אייביקע בשורה טובה אנצוזאגן צו די, וועלכע וואוינען אויף דער ערד און צו יעדער אומה און שבט און לשון און פאלק. 7און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.

8און אן אנדערער, א צווייטער מלאך, האט נאכגעפאלגט, זאגנדיק: געפאלן, געפאלן איז בבל, די גרויסע, וועלכע האט געמאכט אנגעטרונקען אלע פעלקער מיט דעם צארנוויין פון איר זנות.

9און אן אנדערער מלאך, א דריטער, האט זיי נאכגעפאלגט, זאגנדיק מיט א הויך קול: אויב איינער בוקט זיך צו דער חיה און איר בילד, און נעמט אָן דעם סימן אויף זיין שטערן אדער אויף זיין האנט, 10וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע; 11און דער רויך פון זייער פייניקונג שטייגט ארויף לעלמי עולמים; און עס האבן נישט קיין מנוחה בייטאג און ביינאכט די, וועלכע בוקן זיך צו דער חיה און איר בילד, און ווער עס נעמט אָן דעם סימן פון איר נאמען. 12דא איז די סבלנות פון די קדושים, וועלכע היטן אפ ה׳ס געבאטן און די אמונה פון יהושען/ישוען.

13און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך.

14און איך האב געזען, און אָט א ווייסער וואלקן, און אויף דעם וואלקן איז געזעסן איינער, ענלעך צום בר אנש, האבנדיק אויף זיין קאפ א גאלדענע קרוין, און אין דער האנט זיינער א שארף שניידמעסער. 15און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל, שרייענדיק מיט א הויך קול צו אים, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן: שיק דיין שניידמעסער, און שנייד; ווייל עס איז (שוין) געקומען די שעה צו שניידן, מחמת דער שניט פון דער ערד איז צייטיק געווארן. (יואל ד, יג.) 16און דער, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן, האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד; און די ערד איז געשניטן געווארן.

17און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל אין הימל, און אויך ער האט געהאט א שארף שניידמעסער. 18און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם מזבח, דער, וואס האט געהאט ממשלה איבער דעם פייער; און האט גערופן מיט א הויך קול צו דעם, וועלכער האט געהאט דאס שארפע שניידמעסער, אזוי צו זאגן: שיק דיין שארף שניידמעסער, און זאמל איין די הענגלעך וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד; ווייל זיינע טרויבן זענען (שוין) רייף. 19און דער מלאך האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד און האט געשניטן די וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד און זיי געווארפן אין דעם גרויסן וויינקעלטער פון ה׳ס צארן. 20און דער וויינקעלטער איז געטרעטן געווארן אויסער דער שטאט, און בלוט איז ארויסגעפלאסן פון דעם וויינקעלטער, ביז צו די ציימלעך פון די פערד, א שטח פון טויזנט זעקס הונדערט אקער פעלד.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 50Isaiah 52 ►