AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 54
◄ Isaiah 53
Isaiah 54
יְשַעְיָה 54
Isaiah 55 ►
1זינג, דו עקרה, װאָס האָט נישט געבאָרן,
ברעך אױס אין געזאַנג און שרײַ אױס,
דו װאָס האָסט נישט געװײטאָקט;
װאָרעם מער זײַנען די קינדער פֿון דער װיסטער,
װי די קינדער פֿון דער באַמאַנטער, זאָגט ה׳.
2ברײט אױס דעם אָרט פֿון דײַן געצעלט,
און די אומהאַנגען פֿון דײַנע װױנונגען זאָל מען אױסשטרעקן;
נישט שפּאָר, מאַך לאַנג דײַנע שטריק,
און דײַנע פֿלעקלעך באַפֿעסטיק.
3װאָרעם רעכטס און לינקס װעסטו זיך שפּרײטן,
און דײַן זאָמען װעט אַרבן די פֿעלקער,
און שטעט פֿאַרװיסטע װעלן זײ באַזעצן.
4זאָלסט נישט מורא האָבן,
װאָרעם װעסט נישט אין ביוש בלײַבן,
און זאָלסט נישט פֿאַרשעמט זײַן,
װאָרעם װעסט נישט צו שאַנד װערן.
װאָרעם דעם ביוש פֿון דײַן יוגנט װעסטו פֿאַרגעסן,
און די חרפּה פֿון דײַן אַלמנהשאַפֿט װעסטו מער נישט דערמאָנען.
5װאָרעם דײַן באַשעפֿער איז דײַן מאַן,
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען;
און דײַן אױסלײזער {גֹּואֵל}[1] איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל,
אלֹקים פֿון דער גאַנצער ערד װערט ער גערופֿן.
6װאָרעם װי אַ װײַב פֿאַרלאָזן און פֿאַראומערט אין געמיט
טוט דיך צוריקרופֿן ה׳;
און אַ יוגנטװײַב, קען זי דען נמאס װערן?
זאָגט דײַן ג-ט.
7אױף אַ קלײן רגע האָב איך דיך פֿאַרלאָזן,
אָבער מיט גרױס דערבאַרעמונג װעל איך דיך אײַנזאַמלען.
8אין אױסגוס פֿון כּעס {קֶצֶף}[2]
האָב איך אַ רגע פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון דיר,
אָבער מיט אײביקער גענאָד
טו איך דיך דערבאַרעמען,
זאָגט דײַן אױסלײזער {גֹּואֵל}, ה׳.
9װאָרעם דאָס געװיסער פֿון נֹח איז דאָס מיר:
אַזױ װי איך האָב געשװאָרן אַז דאָס געװיסער פֿון נֹח
זאָל מער נישט אַריבערגײן איבער דער ערד,
אַזױ האָב איך געשװאָרן נישט צו צערענען אױף דיר,
און נישט אָנצושרײַען אױף דיר.
10װאָרעם די בערג מעגן זיך אָפּטאָן,
און די הײכן מעגן זיך װאַקלען,
אָבער מײַן גענאָד װעט זיך פֿון דיר נישט אָפּטאָן,
און מײַן ברית פֿון שלום װעט זיך נישט װאַקלען,
זאָגט דײַן דערבאַרעמער, ה׳.
11דו אָרימע, פֿון שטורעם געטריבענע, דו נישט געטרײסטע,
זע, איך לײג אױס דײַנע שטײנער אין פֿאַרבן,
און װעל דיך גרונטפֿעסטן מיט סאַפּירשטײנער.
12און איך װעל מאַכן דײַנע טורעמשפּיצן פֿון רובין,
און דײַנע טױערן פֿון גאַרפֿונקלשטײנער,
און דײַן גאַנצן געמאַרק פֿון גלוסטיקע שטײנער.
13און אַלע דײַנע קינדער װעלן זײַן געלערנטע פֿון ה׳;
און גרױס װעט זײַן דער שלום פֿון דײַנע קינדער.
14אױף גערעכטיקײט װעסטו אױפֿגעשטעלט װערן;
זײַ װײַט פֿון דריקונג,
װאָרעם דאַרפֿסט נישט מורא האָבן,
און פֿון אַ בראָך,
װאָרעם ער װעט נישט גענענען צו דיר.
15זע, זאַמלען מעג מען זיך זאַמלען, אָבער אָן מײַן װילן;
װער עס זאַמלט זיך אױף דיר, װעט פֿאַלן פֿון װעגן דיר.
16זע, איך האָב באַשאַפֿן דעם מײַנסטער,
װאָס בלאָזט אין דעם קױלפֿײַער,
און ברענגט אַרױס אַ געצײַג פֿאַר זײַן אַרבעט;
און איך האָב באַשאַפֿן דעם פֿאַרװיסטער צו צעשטערן.
17איטלעך געצײַג װאָס װעט געפֿורעמט װערן
קעגן דיר, װעט נישט געלינגען,
און איטלעך צונג װאָס װעט זיך שטעלן אין משפּט מיט דיר,
װעסטו שולדיק מאַכן.
דאָס איז די אַרב פֿון די קנעכט פֿון ה׳,
און זײער גערעכטער לױן פֿון מיר, זאָגט ה׳.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 12 →

1און א גרויס מופת האט זיך באוויזן אין הימל: א פרוי געקליידט מיט דער זון, און די לבנה אונטער אירע פיס, און אויף איר קאפ א קרוין פון צוועלף שטערן; 2און זי איז מעוברת און שרייט פון ווייען און שמארצן (גייענדיק) צו קינד. 3און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען. 4און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען. 5און זי האט געהאט א בן זכר, וועלכער וועט הערשן איבער אלע פעלקער מיט אן אייזערנער רוט (תהלים ב, ח-ט.); און איר קינד איז ארויפגעכאפט געווארן צו ה׳ און צו זיין כסא הכבוד. 6און די פרוי איז אנטרונען אין דער מדבר אריין, וואו זי האט געהאט אן ארט צוגעגרייט פון ה׳, כדי מען זאל זי דארט דערנערן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג.

7און עס איז געווארן א מלחמה אין הימל: מיכאל און זיינע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן מיט דער שלאנג; אויך די שלאנג און אירע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן; 8און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל. 9און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים. 10און איך האב געהערט א הויך קול אין הימל זאגן: איצט איז געקומען די ישועה און די מאכט און דאס מלכות פון אונדזער ג‑ט, און די ממשלה פון זיין משיח; ווייל אראפגעווארפן איז געווארן דער קטיגור פון אונדזערע ברידער, וועלכער האט זיי פארקלאגט פאר אונדזער ג‑ט טאג און נאכט. 11און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט. 12צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט.

13און ווען די שלאנג האט געזען, אז זי איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, האט זי פארפאלגט די פרוי, וועלכע האט געבוירן דעם זכר. 14און די צוויי פליגל פון דעם גרויסן אדלער זענען געגעבן געווארן דער פרוי, כדי זי זאל אוועקפליען אין דער מדבר אריין אויף איר ארט, וואו זי ווערט געשפייזט א צייט און צייטן און א האלבע צייט, ווייט פון דעם פנים פון דער שלאנג. 15און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם. 16און די ערד איז געקומען דער פרוי צו הילף, און די ערד האט אויפגעמאכט איר מויל, און איינגעשלונגען דעם שטראם, וואס די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל. 17און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען.

18און זי (די שלאנג) האט זיך געשטעלט אויף דעם זאמד ביים ים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 53Isaiah 55 ►