AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Hosea 2
◄ Hosea 1
Hosea 2
הוֹשֵעַ 2
Hosea 3 ►

1 און די צאָל פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײַן אַזױ װי די זאַמד פֿון ים, װאָס קען נישט געמאָסטן און נישט געצײלט װערן; און עס װעט זײַן, אַנשטאָט װאָס צו זײ פֿלעגט געזאָגט װערן: איר זײַט נישט מײַן פֿאָלק, װעט צו זײ געזאָגט װערן: קינדער פֿון דעם לעבעדיקן אֵל. 2 און די קינדער פֿון יהוּדה און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און זײ װעלן זיך מאַכן אײן הױפּטמאַן, און זײ װעלן אַרױפֿגײן פֿון דעם לאַנד, װאָרעם גרױס װעט זײַן דער טאָג פֿון יִזרְעֶאל.

3 זאָגט צו אײַערע ברידער: עַמי, און צו אײַער שװעסטער: רוחמָה.

4 קריגט אײַך מיט אײַער מוטער, קריגט אײַך,
װאָרעם זי איז נישט מײַן װײַב,
און איך בין נישט איר מאַן;
און זאָל זי אָפּטאָן איר זנות פֿון איר פּנים,
און איר ניאוף פֿון צװישן אירע בריסט.
5 אַניט װעל איך זי אױסטאָן אַ נאַקעטע,
און זי לאָזן שטײן װי אין טאָג פֿון איר געבאָרנשאַפֿט;
און איך װעל זי מאַכן װי אַ מדבר,
און זי לאָזן װערן װי אַ טרוקן לאַנד,
און זי טײטן מיט דאָרשט.
6 און אירע קינדער װעל איך נישט דערבאַרעמען,
װאָרעם קינדער פֿון זנות זײַנען זײ.
7 װאָרעם מזַנה געװען האָט זײער מוטער,
פֿאַרמיאוסט האָט זיך זײער געװינערין.
װאָרעם זי האָט געזאָגט: איך װעל גײן נאָך מײַנע ליבהאָבער,
די װאָס גיבן מײַן ברױט און מײַן װאַסער,
מײַן װאָל און מײַן פֿלאַקס, מײַן אײל און מײַן טראַנק.
8 דערום זע, איך פֿאַרשטעל דײַן װעג מיט דערנער,
און װעל פֿאַרצאַמען אַ צאַם אַרום איר,
אַז זי זאָל אירע שטעגן נישט געפֿינען.
9 און זי װעט נאָכיאָגן אירע ליבהאָבער
און זײ נישט דערגרײכן,
און זי װעט זײ זוכן און נישט געפֿינען;
און זי װעט זאָגן:
איך װעל גײן און זיך אומקערן צו מײַן ערשטן מאַן,
װאָרעם דענצמאָל איז מיר בעסער געװען װי אַצונד.
10 און זי װײס נישט, אַז דאָס האָב איך איר געגעבן
די תּבֿואה, דעם װײַן, און דאָס אײל;
און דאָס זילבער און גאָלד װאָס איך האָב איר געמערט,
האָבן זײ פֿאַרטאָן אױף בַעַל.
11 דערום װעל איך צוריקנעמען
מײַן תּבֿואה אין איר צײַט,
און מײַן װײַן אין זײַן געשטעלטער צײַט,
און איך װעל אַװעקרײַסן מײַן װאָל און מײַן פֿלאַקס,
װאָס איז געװען איר נאַקעטקײט צו פֿאַרדעקן.
12 און אַצונד װעל איך אַנטפּלעקן איר שאַנד
פֿאַר די אױגן פֿון אירע ליבהאָבער,
און קײנער װעט זי נישט מציל זײַן פֿון מײַן האַנט.
13 און איך װעל מאַכן אױפֿהערן איר גאַנצע פֿרײד;
איר יוֹם-טובֿ, איר ראָש-חודש, און איר שבת,
און אַלע אירע פֿײַערטעג.
14 און איך װעל פֿאַרװיסטן איר װײַנשטאָק און איר פֿײַגנבױם,
װאָס זי האָט געזאָגט: אַ מתּנה זײַנען זײ מיר,
װאָס מײַנע ליבהאָבער האָבן מיר געגעבן;
און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ װאַלד,
און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ אױפֿעסן.
15 און איך װעל זיך רעכענען מיט איר
פֿאַר די טעג פֿון די בַעַל-געטער,
װאָס זי האָט גערײכערט צו זײ,
און אָנגעטאָן אירע אױרינגען און איר צירונג,
און געגאַנגען נאָך אירע ליבהאָבער,
און אָן מיר האָט זי פֿאַרגעסן, זאָגט ה׳.
16 אָבער זע, איך רעד זי איבער,
און װעל זי אַװעקפֿירן אין מדבר,
און װעל רעדן צו איר האַרצן.
17 און איך װעל צו איר פֿון דאָרט אָפּגעבן אירע װײַנגערטנער,
און דעם טאָל עָכוֹר פֿאַר אַ טיר פֿון האָפֿענונג;
און זי װעט דאָרטן אָפּרופֿן זיך װי אין די טעג פֿון איר יוגנט
און װי אין טאָג פֿון איר אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.

18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, װעסטו רופֿן: מײַן מאַן, און װעסט מיך מער נישט רופֿן: מײַן בַעַל. 19 און איך װעל אָפּטאָן די נעמען פֿון די בַעַל-געטער פֿון איר מױל, און זײ װעלן מער נישט געדאַכט װערן מיט זײער נאָמען. 20 און איך װעל זײ שליסן {כרת}[1] אַ ברית אין יענעם טאָג, מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיט דעם פֿױגל פֿון הימל, און מיט דעם שרץ פֿון דער ערד. און אַ בױגן און שװערד און מלחמה װעל איך צעברעכן פֿון לאַנד, און איך װעל זײ מאַכן ליגן אין זיכערקײט. 21 און איך װעל דיך פֿאַרקנַסן צו מיר אױף אײביק, און דיך פֿאַרקנַסן צו מיר מיט רעכט און מיט גערעכטיקײט, און מיט גענאָד און מיט באַרעמהאַרציקײט. 22 און איך װעל דיך פֿאַרקנַסן צו מיר מיט טרײַשאַפֿט, און װעסט דערקענען ה׳.

23 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
װעל איך ענטפֿערן, זאָגט ה׳,
װעל איך ענטפֿערן די הימלען,
און זײ װעלן ענטפֿערן דער ערד,
24 און די ערד װעט ענטפֿערן דער תּבֿואה,
און דעם װײַן, און דעם אײל,
און זײ װעלן ענטפֿערן יִזרְעֶאל.[2]
25 און איך װעל זי מיר אײַנזײען אין לאַנד,
און איך װעל דערבאַרעמען די נישט דערבאַרעמטע,
און װעל זאָגן צו נישט-מײַן-פֿאָלק {לֹא-עַמִּי}: מײַן פֿאָלק[3] {עַם}[4] ביסטו,
און ער װעט זאָגן: מײַן ג-ט.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Thessalonians 1 →

1פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח: חסד צו אייך און שלום.

2מיר דאנקען ה׳ תמיד פאר אייך אלעמען, געדענקענדיק אייך אין אונדזערע תפילות; אָן אויפהער 3דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער; 4וויסנדיק, ברידער, געליבטע פון ה׳, פון אייער אויסדערוויילונג, 5ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך. 6און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש; 7אזוי, אז איר זענט געווארן א מוסטער פאר אלע מאמינים אין מאצעדאניען און אין דעם (לאנד) אכאיא. 8ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון. 9ווארום זיי אליין דערציילן פון אונדז, וואס פאר אן אריינגאנג מיר האבן געהאט ביי אייך; און וויאזוי איר האט זיך געקערט צו ה׳ פון אייערע אפג-טער, צו דינען דעם לעבעדיקן און אמתן ג‑ט, 10און צו דערווארטן זיין זון פון הימל, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע, יהושען/ישוען, וועלכער איז אונדז מציל פון דעם צארן, וואס קומט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Hosea 1Hosea 3 ►