AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 13
◄ Jeremiah 12
Jeremiah 13
יִרְמְיָה 13
Jeremiah 14 ►

1אַזױ האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ פֿלאַקסענעם גאַרטל, און אים אָנטאָן אױף דײַנע לענדן, און אין װאַסער זאָלסטו אים נישט לאָזן קומען. 2האָב איך געקױפֿט דעם גאַרטל אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳, און אָנגעטאָן אױף מײַנע לענדן. 3און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: 4נעם דעם גאַרטל װאָס דו האָסט געקױפֿט, װאָס אױף דײַנע לענדן, און שטײ אױף, גײ דיר קײן פּרָת, און באַהאַלט אים דאָרטן אין אַ שפּאַלט פֿון פֿעלדז. 5בין איך געגאַנגען און האָב אים באַהאַלטן אין פּרָת אַזױ װי ה׳ האָט מיר באַפֿױלן. 6און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿיל טעג, האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ קײן פּרָת, און נעם אַרױס פֿון דאָרטן דעם גאַרטל, װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן אים דאָרטן צו באַהאַלטן. 7בין איך געגאַנגען קײן פּרָת, און האָב אױפֿגעגאָרבן, און אַרױסגענומען דעם גאַרטל פֿון דעם אָרט װאָס איך האָב אים דאָרטן באַהאַלטן; ערשט דער גאַרטל איז געװען פֿאַרדאָרבן, ער האָט נישט געטױגט צו קײן זאַץ.

8איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 9אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װעל איך פֿאַרדאַרבן דעם שטאָלץ פֿון יהוּדה, און דעם שטאָלץ פֿון ירושָלַיִם, דעם גרױסן. 10דאָס דאָזיקע בײזע פֿאָלק װאָס װילן נישט הערן מײַנע װערטער, װאָס גײען אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן, און זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע ג‑טער זײ צו דינען, און זיך צו בוקן צו זײ, װעלן װערן װי דער דאָזיקער גאַרטל װאָס טױג נישט צו קײן זאַך. 11װאָרעם אַזױ װי דער גאַרטל איז באַהעפֿט צו די לענדן פֿון אַ מאַן, אַזױ האָב איך באַהעפֿט צו מיר דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון יהוּדה, זאָגט ה׳, מיר צו זײַן פֿאַר אַ פֿאָלק, און פֿאַר אַ נאָמען, און פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ שײנקײט; אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט.

12און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װײַן. און אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װײסן מיר דען נישט װױל, אַז יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װײַן? 13זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך פֿיל אָן אַלע באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, און די מלכים װאָס זיצן פֿון דָוִדן אױף זײַן טראָן,[1] און די כּהנים, און די נבֿיאים, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, מיט שיכּרות. 14און איך װעל זײ צעהאַקן אײנעם אָן אַנדערן, אי די פֿאָטערס אי די זין אין אײנעם, זאָגט ה׳; איך װעל נישט שױנען, און נישט דערבאַרעמען, און נישט רחמנות האָבן, זײ נישט אומצוברענגען.

15הערט און לײגט צו דאָס אױער,
איר זאָלט אײַך נישט דערהײבן,
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט;
16גיט כּבֿוד צו ה׳ אלוקיכם,
אײדער עס װעט פֿינצטער װערן,
און אײדער אײַערע פֿיס װעלן זיך אָפּשלאָגן
אױף די נאַכטיקע בערג,
און איר װעט האָפֿן אױף ליכט,
און ער װעט עס מאַכן צו טױטשאָטן,
און פֿאַרקערן אין חושכניש.
17און אַז איר װעט דאָס נישט צוהערן,
װעט װײנען אין פֿאַרבאָרגעניש מײַן זעל
פֿון װעגן דער האָפֿערדיקײט,
און טרערן װעט טרערן,
און צעגײן װעט אין טרערן, מײַן אױג,
װאָס די סטאַדע פֿון ה׳ װערט געפֿאַנגען.
18זאָג צו דעם מלך און צו דער מוטער-מלכּה:
זעצט אײַך אַראָפּ נידעריק,
װאָרעם עס האָט אַראָפּגענידערט פֿון אײַער קאָפּ,
אײַערע הערליכע קרױן.
19די שטעט פֿון דָרום זײַנען פֿאַרשלאָסן,
און ניטאָ װער זאָל עפֿענען;
גאַנץ יהוּדה איז פֿאַרטריבן געװאָרן,
פֿאַרטריבן געװאָרן אין גאַנצן.
20הײבט אױף אײַערע אױגן, און זעט
די װאָס קומען פֿון צפֿון;
װוּ איז די סטאַדע װאָס איז דיר געגעבן געװאָרן?
די שײנע שאָף דײַנע?
21װאָס װעסטו זאָגן װען ער װעט אָנזעצן אױף דיר,
די װאָס דו האָסט זײ אײַנגעװױנט פֿאַר פֿירשטן איבער דיר?
פֿאַר װאָר, װײען װעלן דיך אָננעמען,
װי אַ פֿרױ צו קינד.
22און אױב דו װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן:
פֿאַר װאָס האָט דאָס מיר געטראָפֿן?
פֿאַר דײַן גרױס זינד זײַנען אױפֿגעדעקט געװאָרן דײַנע ברעגן,
אַנטבלױזט געװאָרן דײַנע טריט.
23קען אַ כּוּשי בײַטן זײַן הױט,
און אַ לעמפּערט זײַנע פֿלעקן?
אַזױ קענט איר גוטס טאָן,
איר צוגעװױנטע בײז צו טאָן.
24דערום װעל איך זײ צעשפּרײטן װי שפּרײ
װאָס פֿאַרגײט פֿאַרן װינט פֿון מדבר.
25דאָס איז דײַן גורל,
דײַן צוגעמאָסטענער טײל פֿון מיר,
זאָגט ה׳,
װײַל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר,
און זיך פֿאַרזיכערט אױף ליגן.
26דערום אױפֿדעק איך אױך אױף דײַנע ברעגן איבער דײַן פּנים,
און געזען װערן װעט דײַן שאַנד.
27דײַן ניאוף און דײַנע הירזשעס,
די שענדלעכקײט פֿון דײַן זנות –
אױף די הײכן אין פֿעלד האָב איך געזען דײַנע אומװערדיקײטן.
װײ דיר, ירושָלַיִם, װיסט נישט רײן װערן!
ביז איבער װאַנען נאָך?
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 12Jeremiah 14 ►