AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 25
◄ Jeremiah 24
Jeremiah 25
יִרְמְיָה 25
Jeremiah 26 ►

1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהוּדה אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה – דאָס איז דאָס ערשטע יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל – 2װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון יהוּדה, און צו אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: 3פֿון דרײַצנטן יאָר פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה, און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, שױן דרײַ און צװאַנציק יאָר איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, און איך האָב גערעדט צו אײַך, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט, און איר האָט נישט צוגעהערט. 4און ה׳ האָט צו אײַך געשיקט אַלע זײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט – אָבער איר האָט נישט צוגעהערט און נישט צוגענײַגט אײַער אױער צו הערן – 5אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום פֿאָרט איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און פֿון אײַערע שלעכטע מעשׂים, און בלײַבט זיצן אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן פֿון אײביק און ביז אײביק, 6און איר זאָלט נישט גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער זײ צו דינען, און זיך צו בוקן צו זײ, און איר זאָלט מיך נישט דערצערענען מיט דעם װערק פֿון אײַערע הענט, און איך װעל אײַך נישט בײז טאָן. 7אָבער איר האָט נישט צוגעהערט צו מיר, זאָגט ה׳, כּדי מיך צו דערצערענען מיט דעם װערק פֿון אײַערע הענט, צו אײַער אײגענער רעה.

8דערום האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט: װײַל איר האָט נישט צוגעהערט מײַנע װערטער, 9אָט שיק איך און װעל נעמען אַלע משפּחות פֿון צפֿון, זאָגט ה׳, און צו נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, מײַן קנעכט; און איך װעל זײ ברענגען אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און אױף אירע באַװױנער, און אױף אַלע די דאָזיקע פֿעלקער רונד אַרום, און איך װעל זײ פֿאַרװיסטן, און װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אײביקע חורבֿות. 10און איך װעל פֿאַרטיליקן פֿון זײ דעם קֹול פֿון לוסטיקײט און דעם קֹול פֿון פֿרײד, דעם קֹול פֿון אַ חתן און דעם קֹול פֿון אַ כּלה, דאָס קֹול פֿון אַ האַנטמיל, און דעם ליכט פֿון אַ לאָמפּ. 11און דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד װעט װערן אַ פֿאַרװיסטונג און אַ װיסטעניש, און די דאָזיקע פֿעלקער װעלן דינען דעם מלך פֿון בָבֿל זיבעציק יאָר. 12און עס װעט זײַן, אַז די זיבעציק יאָר װערן פֿול, װעל איך זיך רעכענען מיט דעם מלך פֿון בָבֿל, און מיט יענעם פֿאָלק, זאָגט ה׳, פֿאַר זײער זינד, און מיט דעם לאַנד פֿון די כַּשׂדים; און איך װעל עס מאַכן פֿאַר אײביקע װיסטענישן. 13און איך װעל ברענגען אױף יענעם לאַנד אַלע מײַנע װערטער װאָס איך האָב גערעדט דערױף, אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך, װאָס יִרמיָהו האָט נבֿיאות געזאָגט אױף אַלע פֿעלקער. 14װאָרעם פֿיל פֿעלקער און גרױסע מלכים װעלן אױך זײ פֿאַרקנעכטן; און איך װעל זײ באַצאָלן לױט זײער טואונג און לױט דעם װערק פֿון זײערע הענט.

15װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל צו מיר: נעם דעם דאָזיקן כָּוס מיט װײַן פֿון גרימצאָרן, פֿון מײַן האַנט, און זאָלסט אים געבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס איך שיק דיך צו זײ. 16און זײ װעלן טרינקען, און זיך װאַקלען, און משוגע װערן, פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שיק צװישן זײ.

17און איך האָב גענומען דעם כָּוס פֿון ג-טס האַנט, און האָב געגעבן טרינקען אַלע פֿעלקער װאָס ה׳ האָט מיך צו זײ געשיקט: 18ירושָלַיִם, און די שטעט פֿון יהוּדה, און אירע מלכים, אירע האַרן, כּדי זײ צו מאַכן פֿאַר אַ פֿאַרװיסטונג, פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ קללה, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג; 19פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זײַנע קנעכט, און זײַנע האַרן, און זײַן גאַנצן פֿאָלק; 20און אַלע געמישטע פֿעלקער, און אַלע מלכים פֿון לאַנד עוץ, און אַלע מלכים פֿון לאַנד פּלִשתּים, און אַשקלוֹן, און עַזָה, און עֶקרוֹן, און דעם איבערבלײַב פֿון אַשדוֹד; 21אֶדוֹם, און מוֹאָבֿ, און די קינדער פֿון עַמוֹן; 22און אַלע מלכים פֿון צוֹר, און אַלע מלכים פֿון צידון, און די מלכים פֿון דעם אינדזל װאָס אױף יענער זײַט פֿון דעם ים; 23דדָן, און תֵּימאָ, און בוז, און אַלע מיט אָפּגעהאַקטע פּיאות; 24און אַלע אַראַביש מלכים, און אַלע מלכים פֿון די געמישטע פֿעלקער, װאָס װױנען אין מדבר; 25און אַלע מלכים פֿון זִמרי, און אַלע מלכים פֿון עֵילָם, און אַלע מלכים פֿון מָדַי; 26און אַלע מלכים פֿון צפֿון, די נאָנטע און די װײַטע, אײנעם נאָכן אַנדערן, און אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלט װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. און דער מלך פֿון שֵשַך זאָל טרינקען נאָך זײ.

27און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: טרינקט און װערט שיכּור, און ברעכט, און פֿאַלט און שטײט נישט אױף, פֿון װעגן דער שװערד װאָס איך שיק צװישן אײַך.

28און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן נישט װעלן נעמען דעם כָּוס פֿון דײַן האַנט, צו טרינקען, זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: טרינקען מוזט איר טרינקען! 29װאָרעם זעט, מיט דער שטאָט װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף איר, הײב איך אָן בײז צו טאָן, און איר זאָלט שױנען פֿאַרשױנט װערן? איר װעט נישט פֿאַרשױנט װערן, װאָרעם איך רוף אַ שװערד אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

30און דו זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף זײ אַלע די דאָזיקע װערטער, און זאָגן צו זײ:

ה׳ ברילט פֿון דער הײך,
און פֿון זײַן הײליקער װױנונג לאָזט ער אַרױס זײַן קֹול:
ברילן ברילט ער איבער זײַן פֿיטערפּלאַץ,
הֵידָד! װי װײַנטרעטער שרײַט ער
אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד.
31דער ליאַרעם גרײכט ביז עק ערד,
װאָרעם ה׳ האָט אַ קריג מיט די פֿעלקער,
ער משפּט זיך מיט אַלע לײַבער;
די רשעים, זײ גיט ער איבער צום שװערד,
זאָגט ה׳.
32אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
זע, אַן אומגליק גײט אַרױס פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק,
און אַ גרױסער שטורעם װעט זיך דערװעקן
אין די עקן פֿון דער ערד.

33און די דערשלאָגענע פֿון ה׳ װעלן זײַן אין יענעם טאָג פֿון עק ערד ביז עק ערד; זײ װעלן נישט באַקלאָגט, און נישט אײַנגעזאַמלט און נישט באַגראָבן װערן; צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן.

34יאָמערט, איר פּאַסטוכער, און שרײַט,
און קײַקלט אײַך אין שטױב, איר האַרן פֿון די שאָף,
װאָרעם אײַערע טעג זײַנען פֿול צום שעכטן
און אײַערע גלות;
און איך װעל אײַך צעברעכן,
און איר װעט פֿאַלן װי אַ כּלי אַ טײַערע.
35און קײן אַנטלױפֿונג װעט נישט זײַן פֿאַר די פּאַסטוכער,
און קײן אַנטרינונג פֿאַר די האַרן פֿון די שאָף.
36אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון די פּאַסטוכער,
און אַ יללה פֿון די האַרן פֿון די שאָף!
װאָרעם ה׳ פֿאַרװיסט זײער פֿיטערונג.
37און פֿאַרשניטן װעלן װערן די פֿרידלעכע פֿיטער פּלעצער,
פֿון װעגן דעם גרימצאָרן[1] פֿון ה׳.
38ער האָט פֿאַרלאָזן װי אַ יונגלײב זײַן באַהעלטעניש;
זײער לאַנד איז געװאָרפֿן צו װיסט פֿון װעגן דעם גרים פֿון דער פֿאַרטיליקערין,
און פֿון װעגן דעם גרים פֿון זײַן צאָרן.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 24Jeremiah 26 ►