AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 51
◄ Jeremiah 50
Jeremiah 51
יִרְמְיָה 51
Jeremiah 52 ►
1אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, איך דערװעק אױף בָבֿל,
און אױף די באַװױנער פֿון לֵב-קָמַי,
אַ װינט אַן אומברענג.
2און איך װעל אָנשיקן אױף בָבֿל די װאָס װינטשופֿלען,
און זײ װעלן זײ װינטשופֿלען,
און װעלן אױסלײדיקן איר לאַנד;
װאָרעם פֿון רונד אַרום װעלן זײ זײַן אױף איר,
אין דעם טאָג פֿון אומגליק.
3אַהין זאָל שפּאַנען דער שפּאַנער זײַן בױגן,
און אַהין זאָל ער זיך אױפֿהײבן אין זײַן שילד;
און איר זאָלט נישט שױנען אירע יונגעלײַט;
פֿאַרװיסט איר גאַנצן חיל.
4און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים,
און דערשטאָכענע אין אירע גאַסן.
5װאָרעם נישט פֿאַרלאָזן איז יִשׂרָאֵל און יהוּדה
פֿון זײַן ג-ט, פֿון ה׳ צבָֿאוֹת;
װאָרעם זײער לאַנד איז פֿול מיט שולד
אַקעגן דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.
6אַנטלױפֿט פֿון בָבֿל, און ראַטעװעט איטלעכער זײַן נפֿש,
איר זאָלט נישט פֿאַרשניטן װערן דורך איר זינד;
װאָרעם אַ צײַט פֿון נקמה איז דאָס בײַ ה׳,
אַ פֿאַרגעלטונג באַצאָלט ער איר.
7אַ גילדערנער כָּוס איז בָבֿל געװען אין ה׳ס האַנט,
די גאַנצע ערד האָט זי פֿאַרשיכּורט;
פֿון איר װײַן האָבן די פֿעלקער געטרונקען,
דערום זײַנען די פֿעלקער נאַריש געװאָרן.
8פּלוצלינג איז געפֿאַלן בָבֿל און צעבראָכן געװאָרן;
טוט יאָמערן אױף איר;
קריגט אַ באַלזאַם פֿאַר איר װײטיק,
אפֿשר עט זי געהײלט {רפא}[1] װערן.
9מיר האָבן געװאָלט געהײלט בָבֿל,
אָבער זי איז נישט געהײלט געװאָרן;
פֿאַרלאָזט זי, און לאָמיר גײן איטלעכער צו זײַן לאַנד;
װאָרעם ביז צום הימל גרײכט איר משפּט,
און ער הײבט זיך אױף ביז די װאָלקנס.
10ה׳ האָט אַרױסגעבראַכט אונדזער גערעכטיקײט;
קומט, און לאָמיר דערצײלן אין צִיוֹן
דעם װערק פֿון ה׳ אלוקינו.
11מאַכט שאַרף די פֿײַלן,
הײב אױף די שילדן.

ה׳ האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון די מלכים פֿון מָדַי; װאָרעם אױף בָבֿל איז זײַן טראַכטונג, זי צו צעשטערן, װײַל די נקמה פֿון ה׳ איז דאָס, די נקמה פֿאַר זײַן הֵיכל.

12קעגן די מױערן פֿון בָבֿל הײבט אױף אַ פֿאָן,
פֿאַרשטאַרקט די װאַך,
שטעלט אױף װעכטער, ברײט אָן לױערער,
װאָרעם אי געטראַכט האָט ה׳ אי געטאָן
װאָס ער האָט גערעדט אױף די באַװױנער פֿון בָבֿל.
13דו װאָס װױנסט בײַ גרױסע װאַסערן,
דו רײַכע אין אוֹצרות,
געקומען איז דײַן סוף,
די אײל פֿון דײַנע אָפּשנײַדונג.
14ה׳ צבָֿאוֹת האָט געשװאָרן בײַ זיך:
פֿאַר װאָר, איך פֿיל דיך אָן מיט מענטשן װי הײשעריקן,
און זײ װעלן אױסרופֿן קעגן דיר הֵידָד!
15ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹח,
ער האָט אױפֿגעשטעלט די װעלט מיט זײַן חכמה,
און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט אױסגעשפּרײט די הימלען.
16בײַם קֹול פֿון זײַן דונערן
װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל,
און ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק פֿון דער ערד;
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
און ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.
17איטלעכער מענטש איז פֿאַרגרעבט, אָן פֿאַרשטאַנד,
איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ,
װאָרעם פֿאַלש איז זײַן געגאָסענער אָפּגאָט,
און קײן אָטעם איז אין זײ נישטאָ.
18נישטיק זײַנען זײ, אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש;
אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן.
19נישט אַזױ װי די דאָזיקע איז דער טײל פֿון יעקבֿ,
װאָרעם ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ,
און יִשׂרָאֵל איז דער שבֿט פֿון זײַן אַרבונג;
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
20אַ האַמער ביסטו מיר, אַ געצײַג פֿון מלחמה,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר פֿעלקער,
און צעשטערן מיט דיר קיניגרײַכן.
21און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פֿערד און זײַן רײַטער,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם רײַטװאָגן און זײַן רײַטער;
22און איך װעל צעברעכן מיט דיר מאַן און װײַב,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר אַלט און יונג,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר בכוֹר און מײדל;
23און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פּאַסטוך און זײַן סטאַדע,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם אַקערמאַן און זײַן געשפּאַן,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דוכּסים און פֿירשטן.

24אָבער איך װעל באַצאָלן בָבֿל און אַלע באַװױנער פֿון כַּשׂדים אַל זײער בײז װאָס זײ האָבן געטאָן אין צִיוֹן פֿאַר אײַערע אױגן, זאָגט ה׳.

25זע, איך קום צו דיר,
דו צעשטעריקער באַרג,
זאָגט ה׳,
װאָס צעשטערט די גאַנצע ערד;
און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דיר,
און װעל דיך אַראָפּקײַקלען פֿון די װעלזן,
און דיך מאַכן פֿאַר אַן אױסגעברענטן באַרג.
26און מע װעט נישט נעמען פֿון דיר אַ שטײן פֿאַר אַ װינקל,
און אַ שטײן פֿאַר גרונטפֿעסטן;
נײַערט אײביקע װיסטענישן װעסטו זײַן,
זאָגט ה׳.
27הײבט אױף אַ פֿאָן אין לאַנד,
בלאָזט אַ שופֿר צװישן די פֿעלקער,
ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער,
רופֿט צונױף קעגן איר די קיניגרײַכן
אַרָרָט, מִני, און אַשכּנַז;
זעצט אױף קעגן איר אַ חיל-קאָמאַנדיר,
ברענגט אַרױף פֿערד װי שװאָרעם הײשעריקן.
28ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער,
די מלכים פֿון מָדַי,
אירע דוכּסים און אַלע אירע פֿירשטן,
און דאָס גאַנצע לאַנד פֿון זײַן ממשלה.
29און די ערד שטורעמט און ציטערט,
װאָרעם מקײם געװאָרן זײַנען אױף בָבֿל
די טראַכטונגען פֿון ה׳,
צו מאַכן לאַנד בָבֿל צו װיסט, אָן אַ װױנער.
30די גיבוֹרים פֿון בָבֿל האָבן אױפֿגעהערט מלחמה האַלטן,
זײ זיצן אין די פֿעסטונגען;
אָפּגעטאָן האָט זיך זײער גבֿורה,
זײ זײַנען געװאָרן װי װײַבער;
מע האָט אָנגעצונדן אירע װױנונגען,
צעבראָכן געװאָרן זײַנען אירע ריגלען.
31אַ לױפֿער קעגן אַ לױפֿער לױפֿט,
און אַן אָנזאָגער קעגן אַן אָנזאָגער,
אָנצוזאָגן דעם מלך פֿון בָבֿל,
אַז זײַן שטאָט איז באַצװוּנגען פֿון אַלע עקן;
32און די איבערפֿאָרן זײַנען פֿאַרכאַפּט,
און די געמױזעכץ האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער,
און די מלחמה-לײַט זײַנען צעטומלט.
33װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל:
טאָכטער בָבֿל איז װי אַ דרעש-שײַער
אין דער צײַט װאָס מע טרעט אים;
נאָך אַ קלײן װײַלע,
און קומען װעט די שניטצײַט אױף איר.
34פֿאַרצערט האָט מיך, צעדריקט האָט מיך,
נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל;
װי אַ לײדיקע כּלי האָט ער מיך אָפּגעשטעלט,
װי אַ קראָקאָדיל האָט ער מיך אײַנגעשלונגען;
ער האָט אָנגעפֿילט זײַן בױך מיט מײַנע געריכטן;
אַװעקגעשװענקט האָט ער מיך.
35דאָס אומרעכט צו מיר און מײַן פֿלײש אױף בָבֿל!
זאָגט די באַװױנערין פֿון צִיוֹן;
און: מײַן בלוט אױף די באַװױנער פֿון כַּשׂדים!
זאָגט ירושָלַיִם.
36דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
זע, איך קריג דײַן גריג,
און װעל זיך נוֹקם זײַן דײַן נקמה;
און איך װעל אױסטריקענען איר ים,
און טרוקן מאַכן איר קװאַל.
37און בָבֿל װעט װערן צו הױפֿנס,
אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,
אַ שרעק און אַ שמוצערונג,
אָן אַ באַװױנער.
38אין אײנעם װי יונגלײבן װעלן זײ ברילן,
װי קלײנע לײבן װעלן זײ שרײַען.
39מיט גיפֿט װעל איך צוריכטן זײער טראַנק,
און איך װעל זײ פֿאַרשיכּורן, כּדי זײַן זאָלן זיך צאַפּלען,
און אײַנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף,
און זיך נישט אױפֿכאַפּן,
זאָגט ה׳.
40איך װעל זײ מאַכן נידערן װי לעמער צו דער שחיטה,
װי װידערס מיט בעק.
41װי איז באַצװוּנגען געװאָרן שֵשַך,
און אײַנגענומען געװאָרן דער לױב פֿון דער גאַנצער ערד!
װי איז בָבֿל צו װיסט געװאָרן צװישן די פֿעלקער!
42אױפֿגעגאַנגען איז דער ים אױף בָבֿל;
פֿון זײַנע פֿיל אינדן איז זי פֿאַרדעקט געװאָרן.
43אירע שטעט זײַנען געװאָרן אַ װיסטעניש,
אַ טרוקן לאַנד און אַ מדבר,
אַ לאַנד װאָס קײן שום מענטש װױנט נישט דערין,
און קײן מענטשנקינד גײט נישט דורך דערין.
44און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט בֵל אין בָבֿל,
און איך װעל אַרױסציען זײַן שלונג פֿון זײַן מױל,
און מער װעלן נישט שטראָמען צו אים פֿעלקער;
אױך די מױער פֿון בָבֿל טוט פֿאַלן.
45גײט אַרױס פֿון איר, מײַן פֿאָלק,
און ראַטעװעט איטלעכער זײַן נפֿש,
פֿון דעם גרימצאָרן[2] פֿון ה׳.
46און זאָל נישט שלאַף װערן אײַער האַרץ,
אַז איר זאָלט מורא האָבן
פֿאַר דער הערונג װאָס װערט געהערט אין לאַנד;
װאָרעם אַ הערונג װעט קומען אײן יאָר,
און דאָס יאָר נאָכדעם אַ הערונג,
און רױב װעט זײַן אין לאַנד,
אַ געװעלטיקער קעגן אַ געװעלטיקער.
47פֿאַר װאָר, זע, טעג קומען,
און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט די געצן פֿון בָבֿל,
און איר גאַנץ לאַנד װעט זיך שעמען,
און אַלע אירע דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט.
48און זינגען װעלן איבער בָבֿל
הימל און ערד און אַלץ װאָס אין זײ;
װאָרעם פֿון צפֿון װעלן קומען אױף איר די פֿאַרװיסטערס,
זאָגט ה׳.
49אױך בָבֿל איז צום פֿאַלן, פֿאַר דעם דערשלאָגענע פֿון יִשׂרָאֵל!
אױך בָבֿל טוט מען פֿאַלן, פֿון װעגן דעם דערשלאָגענע פֿון דער גאַנצער ערד!
50איר אַנטרונענע פֿון שװערד,
גײט, איר זאָלט אײַך נישט אָפּשטעלן;
דערמאָנט פֿון דער װײַטן ה׳,
און ירושָלַיִם זאָל אױפֿגײן אױף אײַער האַרצן.
51מיר שעמען זיך, װײַל חרפּות האָבן מיר זיך אָנגעהערט,
אַ בושה באַדעקט אונדזער פּנים,
װײַל פֿרעמדע זײַנען געקומען
אױף די הײליקטומען פֿון ה׳ס הױז.
52אָבער זע, טעג קומען,
זאָגט ה׳,
און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט איר געצן,
און אין איר גאַנצן לאַנד װעלן קרעכצן דערשלאָגענע.
53כאָטש אַרױפֿגײן אין הימל זאָל בָבֿל,
און װען זי זאָל באַפֿעסטיקן די הײך פֿון איר מאַכט,
װעלן פֿון מיר קומען פֿאַרװיסטערס אױף איר,
זאָגט ה׳.
54אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון בָבֿל,
און אַ גרױסער בראָך פֿון לאַנד כַּשׂדים!
55װאָרעם ה׳ פֿאַרװיסט בָבֿל,
און עט אונטערברענגען פֿון איר דעם גרױסן טומל;
און זײערע אינדן װעלן ברומען װי גרױסע װאַסערן;
עס הילכט דער ליאַרעם פֿון זײער קֹול.
56װאָרעם עס קומט אױף איר, אױף בָבֿל, אַ פֿאַרװיסטער,
און אירע גיבוֹרים װעלן באַצװוּנגען װערן,
זײערע בױגנס װערן צעבראָכן;
װאָרעם אַן אֵל פֿון פֿאַרגעלטונג איז ה׳,
באַצאָלן װעט ער באַצאָלן.
57און איך װעל פֿאַרשיכּורן אירע האַרן און אירע חכמים,
אירע דוכּסים און אירע פֿירשטן און אירע גיבוֹרים,
און זײ װעלן אײַנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף,
און װעלן זיך נישט אױפֿכאַפּן,
זאָגט דער קיניג –
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
58אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
אײַנגעװאָרפֿן װעלן אײַנגעװאָרפֿן װערן די ברײטע מױערן פֿון בָבֿל,
און אירע הױכע טױערן װעלן אין פֿײַער אָנגעצונדן װערן;
און די פֿעלקער װעלן זיך מיען אומנישט,
און די אומות פֿאַרן פֿײַער;
און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.

59דאָס װאָרט װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט באַפֿױלן שׂרָיָה דעם זון פֿון נֵרִיָה דעם זון פֿון מַחסֵיָהן, װען ער איז געגאַנגען מיט צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה קײן בָבֿל, אין פֿירטן יאָר פֿון זײַן מלוכה; און שׂרָיָה איז געװען דער לאַגערמײַסטער. 60און יִרמיָהו האָט אױפֿגעשריבן דאָס גאַנצע בײז װאָס װעט קומען אױף בָבֿל, אין אײן בוך, אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס זײַנען געשריבן אױף בָבֿל. 61און יִרמיָהו האָט געזאָגט צו שׂרָיָהן: װי דו קומסט קײן בָבֿל, אַזױ זאָלסטו זען און איבערלײענען אַלע די דאָזיקע װערטער, 62און זאָלסט זאָגן: ה׳, דו האָסט גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט, אים צו פֿאַרשנײַדן {כרת}[3], אַז קײן װױנער זאָל אין אים נישט זײַן, פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה, נײַערט אײביקע װיסטענישן זאָל עס זײַן. 63און עס װעט זײַן, װי דו ענדיקסט לײַענען דאָס דאָזיקע בוך, זאָלסטו אָנבינדן אָן אים אַ שטײן, און עס אַרײַנװאַרפֿן אין מיטן פּרָת; 64און זאָלסט זאָגן: אַזױ װעט אײַנגעזונקען װערן בָבֿל, און נישט אױפֿשטײן, פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף איר. און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.

ביז דאַנען זײַנען די װערטער פֿון יִרמיָהון.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 18 →

1נאך דעם האב איך געזען אן אנדערן מלאך אראפקומען פון הימל, האבנדיק גרויס מאכט; און די ערד איז באלויכט געווארן פון זיין הערלעכקייט. 2און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל! 3מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן.

4און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות; 5ווייל אירע חטאים האבן דערגרייכט ביז צום הימל, און ה׳ האט זיך דערמאנט אירע אומגערעכטיקייטן. 6פארגעלט איר, ווי זי האט פארגעלטן, און מאכט עס כפלי כפלים לויט אירע מעשים; אין דעם בעכער, אין וועלכען זי האט געמישט, זאלט איר מישן טאפלט פאר איר! 7אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען. 8דעריבער אין איין טאג וועלן זיי קומען, די מכות אירע, דער טויט און פיין און הונגער; און זי וועט פארברענט ווערן אין פייער; ווייל שטארק איז דער האר ג‑ט, וועלכער משפט זי. 9און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער; 10פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען. 11און די סוחרים פון דער ערד וויינען און קלאגן איבער איר, ווייל קיינער קויפט נישט מער זייער סחורה; 12סחורה פון גאלד און פון זילבער און פון טייערע שטיינער און פון פערל און פון פיינע לייוונט און פון פורפור און פון זיידנס און פון שארלאך, און יעדעס שמעקעדיקע האלץ און כלערליי כלים פון העלפאנטביין און אלע געפעסן פון קאסטבאר האלץ און פון קופער און אייזן און מארמארשטיין, 13און צימערינג און באלזאם און רויך געווירצן און מירע און וויירויך און וויין און בוימל און זעמלמעל און ווייץ און לאסט בהמות און שאף, און פערד און וועגנס, און שקלאפן און מענטשלעכע נפשות. 14און דאס פירות, וואס דיין זעל האט געגלוסט, איז אוועק פון דיר, און איטלעכע פראכט און גלאנץ איז דיר פארלוירן געגאנגען, און מען וועט זיי בשום אופן מער נישט געפונען. 15די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק: 16וויי, וויי, די גרויסע שטאט, וואס איז געווען אנגעטאן אין סאטינס און פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און קאסטבארע שטיינער און פערל! 17אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס, 18און האבן געשריגן, זעענדיק דעם רויך פון איר ברענען, אזוי צו זאגן: ווער (צווישן שטעט) איז גלייך צו דער גרויסער שטאט? 19און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן. 20פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.

21און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען! 22און קיין קלאנג פון הארפנשפילער און זינגער און שפילער אויף א פלייט און טרומייטערער וועט שוין מער נישט געהערט ווערן אין דיר; און קיין קינסטלער פון קיין שום קונסט וועט אין דיר מער נישט געפונען ווערן; און דאס גערויש פון א מיל וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; 23און דאס ליכט פון א לייכטער וועט מער נישט שיינען אין דיר; און דאס קול פון א חתן און א כלה וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; מחמת דיינע קויפלייט זענען געווען די פירשטן פון דער ערד; ווייל דורך דיין כישוף זענען פארפירט געווארן אלע פעלקער. 24און אין איר איז געפונען געווארן דאס בלוט פון די נביאים און קדושים, און פון אלע הרוגים אויף דער ערד.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 50Jeremiah 52 ►