1דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט אױף בָבֿל, אױפֿן לאַנד פֿון די כַּשׂדים, דורך יִרמיָהו הנבֿיא:
3װאָרעם אַ פֿאָלק פֿון צפֿון איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף איר, ער װעט מאַכן איר לאַנד צו װיסט, און קײן באַװױנער װעט אין איר נישט זײַן; פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַװעק.
4אין יענע טעג און אין יענער צײַט, זאָגט ה׳, װעלן קומען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ און די קינדער פֿון יהוּדה אין אײנעם; גײן װײנענדיק װעלן זײ גײן, און ה׳ זײער ג-ט װעלן זײ זוכן. 5אױף צִיוֹן װעלן זײ פֿרעגן, אױפֿן װעג אַהער זײער פּנים: קומט, און לאָמען זיך באַהעפֿטן אָן ה׳, אין אַן אײביקן ברית װאָס זאָל נישט פֿאַרגעסן װערן.
6בלודנע שאָף איז געװען מײַן פֿאָלק; זײערע פּאַסטוכער האָבן זײ געלאָזט בלאָנדזשען, אױף די בערג זײ אַװעקגעלאָזט; פֿון באַרג צו בערגל זײַנען זײ געגאַנגען, פֿאַרגעסן זײער הױעראָרט. 7אַלע װאָס האָבן זײ געפֿונען האָבן זײ פֿאַרצערט, און זײערע פֿײַנט האָבן געזאָגט: מיר װעלן נישט שולדיק זײַן, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו ה׳, צו דער װױנונג פֿון גערעכטיקײט, און דער האָפֿונג פֿון זײערע עלטערן, ה׳.
8אַנטלױפֿט פֿון בָבֿל, און פֿון לאַנד כַּשׂדים גײט אַרױס, און זײַט װי בעק פֿאַרױס פֿאַר די שאָף. 9װאָרעם זע, איך דערװעק און ברענג אַרױף אױף בָבֿל אַ געזעמל גרױסע פֿעלקער פֿון צפֿון-לאַנד, און זײ װעלן זיך אױסשטעלן קעגן איר; פֿון דאָרטן װעט זי באַצװוּנגען װערן; זײערע פֿײַלן זײַנען װי פֿון אַ באַגליקטן גיבור, װאָס קערט זיך נישט אום מיט לײדיקן. 10און כַּשׂדים װעט זײַן צו רױב; אַלע די װאָס רױבען איר װעלן זאַט[1] װערן, זאָגט ה׳.
17אַ צעשפּרײטע שאָף[4] איז יִשׂרָאֵל, לײבן האָבן אים פֿאַרשטױסן; דער ערשטער האָט אים געגעסן דער מלך פֿון אשור, און דער דאָזיקער לעצטער האָט אים צעבײַנערט – נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל. 18דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך רעכן זיך מיט דעם מלך פֿון בָבֿל און מיט זײַן לאַנד, אַזױ װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט דעם מלך פֿון אשור. 19און איך װעל אומקערן יִשׂרָאֵל צו זײַן פֿיטערפּלאַץ, און ער װעט זיך פֿיטערן אױפֿן כַּרמֶל און בָשָן, און אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים און גִלעָד װעט זיך זעטן זײַן זעל. 20אין יענע טעג און אין יענער צײַט, זאָגט ה׳, װעט געזוכט װערן די זינד פֿון יִשׂרָאֵל, און זי װעט נישט זײַן, און די חטאָים פֿון יהוּדה, און זײ װעלן נישט געפֿונען װערן, װאָרעם איך װעל פֿאַרגעבן די װאָס איך װעל איבערלאָזן.
28אַ קֹול פֿון אַנטלאָפֿענע און אַנטרונענע פֿון לאַנד בָבֿל! אָנצוזאָגן אין צִיוֹן די נקמה פֿון ה׳ אלוקינו, די נקמה פֿאַר זײַן הֵיכל.
29רופֿט צונױף די שיסערס אױף בָבֿל, אַלע שפּאַנער פֿון בױגן, לעגערט אױף איר רונד אַרום, זאָל איר נישט זײַן קײן אַנטרינונג; באַצאָלט איר לױט איר װערק, אַזױ װי אַלץ װאָס זי האָט געטאָן, טוט צו איר. װאָרעם אַקעגן ה׳ האָט זי געמוטװיליקט, אַקעגן דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל. 30דערום װעלן פֿאַלן אירע יונגעלײַט אין אירע גאַסן, און אַלע אירע מלחמה-לײַט װעלן פֿאַרשניטן װערן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳.
33אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: געדריקט װערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יהוּדה אין אײנעם, און אַלע זײערע פֿאַנגערס האַלטן זײ פֿעסט, זײ װילן זײ נישט אַװעקלאָזן. 34זײער אױסלײזער {גֹּואֵל}[5] איז שטאַרק, ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען; קריגן װעט ער קריגן זײער קריג, כּדי צו באַרוען די ערד, און מאַכן ציטערן די באַװױנער פֿון בָבֿל.
39דערום װעלן דאָרט װױנען װילדע קעץ מיט שאַקאַלן, און װױנען אין איר װעלן שטרױספֿױגלען, און זי װעט נישט באַזעצט װערן אױף אײביק, און נישט באַװױנט װערן אױף דור-דורות. 40אַזױ װי ג-טס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה און אירע שכנים, זאָגט ה׳, װעט קײן מענטש דאָרט נישט װױנען, און קײן מענטשנקינד װעט זיך נישט אױפֿהאַלטן אין איר.
44זע, װי אַ לײב פֿון דעם געװעלד פֿון יַרדן, װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער שטאַרקן פֿיטערונג; װאָרעם אין אַ רגע װעל איך װײ אָניאָגן אױף איר, און װער דער אױסדערװײלטער, דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר. װאָרעם װער איז מײַן גלײַכן? און װער קען מיך אַרױסרופֿן? און װער איז דער פּאַסטוך װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר? 45דערום הערט דעם באַראָט פֿון ה׳, װאָס ער האָט באַראָטן אױף בָבֿל, און זײַנע טראַכטונגען װאָס ער טראַכט אױפֿן לאַנד פֿון די כַּשׂדים: אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ נישט אַװעקשלעפּן! אױב ער עט נישט פֿאַרװיסטן די פֿיטערונג איבער זײ! 46פֿון דעם קלאַנג בָבֿל איז אײַנגענומען! װערט אױפֿגעציטערט די ערד, און אַ געשרײ צװישן די פֿעלקער װערט געהערט.